רוי:קרית ביאליק

פון המכלול
ווערסיע פון 21:20, 27 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קרית ביאליק
Kiryon.JPG
מדינה / טעריטאָריע Flag of Israel.svg מדינת ישראל
קאָאָרדינאַטן 32°49′0″N 34°59′0″E / 32.81667°N 34.98333°E / 32.81667; 34.98333 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
ראַיאָן צפון דיסטריקט
בירגערמייסטער אלי דוקורסקי

 ‑ אין שטאָט

{{{2}}}‏
צייט זאָנע UTC+2
די ריכטער בנין אין קרית ביאליק 2018
קרית ביאליק זעט פון דער לופט פון דרום. אין דעם צענטער פון דעם בילד הקריון; נאוועמבער 2014
קרית ביאליק אין 1944; פאטאגראפירט דורל זאלטאן קלוגער

קריַת ביאליק איז א שטאט אין חיפה דיסטריקט, ישראל, און איינע פון די שטעט אין די קריות, פון חיפה מעטראפאליטען שטח. אין יאר 1950 געווארן א לאקאלע ראט, און אין 1976 געווארן א שטאט.

די שטאט איז גערופן אויפן נאמען און אנדענק פון חיים נחמן ביאליק. אין קריית ביאליק וווינען 36,300 איינוווינער, געשאצט לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, פאר יאר 2009.

די שטאט גרענעצט חיפה פון דרום, קריית מוצקין פון מערב, געגנטלעכע ראט זבולון, פון מזרח, און געגנטלעכע ראט מטה אשר פון צפון. די שטאט איז אכט און א האלב קילאמעטער לאנג, און צווישן דריי קילאמעטער, און 400 מעטער ברייט. די מוניציפאליטעט פון שטאט איז אויף א שטח פון 8,000 דונאם.

די ערשטע געגנט איז געגרינדעט געווארן דורך עולים פון דייטשלאנד, און אנהייב איז דאס געווען די נאמען "געגנט פון דייטשע עולים".

ביי די צווייטע וועלט מלחמה, איז די שטאט באמבאדירט געווארן, וויבאלד די שטאט געפונט זיך נאנט צו די חיפה נאפט ראפינעריעס. ביי דער אומאפהענגיקייט מלחמה, האבן אראבער אסאך געשטערט די איינוווינער.

אין די 1950ער יארן, איז געגרינדעט געווארן אן איבערגאנגס לאגער (מעברה), וואס אין 1960, איז געווארן א טייל פון דער שטאט.

ביי דער צווייטער לבנון מלחמה, האבן עטליכע ראקעטעס געטראפן די שטאט, און פאראורזאכט שאדענס אין פארמעגן.


מוסטער:שטעט אין ישראל