שמועס:המלאך הגואל
לעצטע תגובה: פֿאַר 10 חדשים פון צמא לדעת אין די טעמע א גרויסן יישר כח
בתרבות
אויף העברי, האט א זינען? אריבערטייטשן אהער? אזוי אויך, ווי נאך קען זיין איבער דעם? איך האב ארומגעזוכט ביים גוגל הדור, און ער האט גארנישט געוויסט איבער דעם, א חוץ ניגונים אדער מאגנעטן והמסתעף ... • • • האט'ס אמונה • שמועס מיט מיר • שרייב צו מיר • ב' טבת ה'תשפ"ד • 20:33, 13 דעצעמבער 2023 (UTC)
א גרויסן יישר כח
איבער די מאלעריי פון יאן וויקטארס, סאיז ריכטיג דאס ארויף צוברענגען? סאיז דאך נישט מדויק עפ"י התורה, סיי דאס אויס זעה פון יוספ'ן וואס שטעלט אים אוועק לכאורה אלס אביסל ווייניגער פרום פון זיין פאטער, אזוי אויך, מנשה און אפרים וואס אויסדרוקליך נישט געווזן דעמאלטס קיין קליינע קינדער.., אדער אפשר סתם אייגענע נערוון... • • • האט'ס אמונה • שמועס מיט מיר • שרייב צו מיר • ט"ז טבת ה'תשפ"ד • 20:37, 27 דעצעמבער 2023 (UTC)
- ווייניג פון די בילדער זענען מדויק על פי תורה, אויב בכלל... דער ציל פון די בילדער איז נישט באמת צו געבן אינפארמאציע, און קיין שום ליינער נעמט עס לכאורה נישט אזוי אויף, נאר צו געבן אביסל קאליר און געשמאק לויט וואס פאדערט זיך פאר דעם וויקי פארמאט.
- מיר האט אויסגעקוקט אז דאס בילד איז רעלאטיוו גאנץ גוט (און קומט נאך די המכלול רעגולאציעס אויף בילדער). אויב אנדערע זענען מחולק קען מען עס אוועקנעמען, אבער דערביי פרובירן צו טרעפן עפעס בעסערס. דער בילד ספעציפיש איז נישט זייער וויכטיג, אבער אז ס'זאל בכלל זיין א בילד איז יא גאנץ וויכטיג. — צמא לדעת • שמועס • ט"ו טבת ה'תשפ"ד 21:05, 27 דעצעמבער 2023 (UTC)