רוי שמועס:מוזעאום

איבער דעם שמועס בלאט

לא ניתן לעריכה

נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)

מורי ורבותי, ביטע מנטר זיין מיין ארבעט. ארויפגעלייגט/אראפגענומען די ריכטיגע קאטעגאריעס? צופיל רעדאגירט טעקסט?
בילדער: איין בילד האב איך געמעקט, צוליב דעם וואס ביי נטפרי איז עס פארמאכט (עריכה: יעצט זע איך אז דאס בילד זעלבסט איז יא אפן, נאר אויפן בלאט איז עס פארדעקט. וואס פשט?). ריכטיג? און וואס טו איך וועגן די רויטע בילדער?
והעיקר, זאל איך ממשיך זיין אויף דעם וועג?

תנא קמא (שמועסביישטייערונגען)

מיר האט מען אויסגעלערנט אז מען קען נישט האבן צוויי רבי'ס.

נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)

דערפאר טאקע וואלט גאר ריכטיג געווען זאלסט ארויפלייגן א תבנית צו וועלכן קרייז איר געהערט, מ'זאל קענען האבן א פיצקעלע השגה ווער האט אייך וואס געלערנט...

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

הערליכע ארבעט!

קאטעגאריעס זענען זייער ריכטיג.

מער רעדאגירט ווי וויפיל פעלט יעצט אויס, אבער אויב איז דאס דער וועג וויאזוי איר ארבעט דאן גייט ווייטער אן.

איך פארשטיי נישט פארוואס יענע בילד זאל געמעקט ווערן. לענ"ד זאלט איר עס צוריקלייגן.

געשמועסט האט מען אז ביים אראפנעמען "אויף יידיש" זענען שוין רויטע מוסטערן און בילדער אויך פארראכטן, אבער כ'האב מורא דאס וועט נעמען צופיל. בילדער איז נישט אזוי וויכטיג, ווייל יעדע אזא ארטיקל גייט אויטאמאטיש אריין אין א קאטעגאריע פון ארטיקלען מיט צובראכענע בילדער; אבער מוסטערן איז בעסער יא צו פאררעכטן אדער מודיע זיין דא איידער מען נעמט עס אראפ.

אוודאי זייט ממשיך! נאר טאמער עס נוצט אייך צופיל צייט און כוח קענט איר נאכלאזן מיט די שיפורי לשון. אויף יעצט איז דער עיקר אז עס ליינט זיך אויף אידיש.

תנא קמא (שמועסביישטייערונגען)

גא"מ לכל דברי מורי ורבי הצמא ויודע. איין הערה: געזוכטע מוסטערן האט אויך א קאט/בלאט.

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

געזוכטע מוסטערן, אבער נישט "בלעטער וועלכע זוכן א מוסטער" (ווי ווייט איך ווייס). דער עיקר איז צו האלטן חשבון אויף די בלעטער וועלכע דארפן נאך א תיקון.

נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)

ד.ה. ס'איז געווען א טעות אראפצונעמען קאטעגאריע:אויף יידיש, וויבאלד די בילדער זענען נאך צעבראכן. שטימט?

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

אויף דעם שמועסט מען אז אפשר קען מען זיך לערנען פון דיין טעות, מ'זאל נישט אזויפיל באלמוטשען און דעריבער איז עס קיין טעות נישט. אי דייקינן כולי האי איז שוין אפשר וויכטיגער צו קוקן וויפיל מקורות דער ערך האט, ואין לדבר סוף.

אן ארבעט וואס מ'פארלירט נישט חשבון דערויף און מ'קען גרינג צוריקקומען, ווי צובראכענע בילדער, איז שוין וויכטיגער צו גיין שנעלער, לויט ווי לאנג די למעשה'דיגע ארבעט נעמט.

נישטא קיין עלטערע טעמעס
צוריק צו "מוזעאום" בלאט.