צום ערשטן מאל וואס איך זע אזא אויסלייג. סברא וואלט געזאגט "טייטלבוים", (די משפחה הייסט דאך טאקע נאך דעם בוים, נישט די איינציגסטע משפחה נאמען אויף דעם גאנג); אבער אויב נישט, דאן "טייטל בוים". וואס האלטן די אקטיווע מכלולאים ?
רוי שמועס:טייטלבוים
פאר עפעס א סבה ליגט מיר אויך אויפ'ן געדאנק טייטלבוים. איך מיין אבער אז ביי אנדערע ביימער ווערט עס יא צוטיילט אין צוויי ווערטער, ווי עפל בוים, לינדען בוים וכו'. דאס מאכט מיר טראכטן אז די הנחה פון טייטלבוים אלץ איין ווארט קומט פונעם נאמען אפשר.
זאלן קומען די גרעסערע פון מיר פסק'ען...
טייטלבוים (געדענק שוין נישט פארוואס כ'האב געטוישט). האקט. כ'גלייב נישט אז די ווארט קומט פונעם נאמען.
תנא קמא איז דא נאך א געוואוקס וואס ווערט אזוי גערופן?
אחרי שובי נחמתי אז אפשר יא טייטל בוים, ווי אנדערע ביימער און ווי אין ענגליש זע איך יעצט איז עס אנגענומען צו שרייבן אין צוויי ווערטער Palm tree.
קלאר אז טייטלבוים. דער חילוק פון עפל בוים איז פשוט: א טייטלבוים איז באמת א פּאַלמע, וואס איז א סארט בוים, און פאלט נישט אריין אונטער'ן נאמען בוים אין אנדערע שפראכן (דייטש/ענגליש). דעריבער איז טייטלבוים איין זאכווארט, און נישט ווי עפל בוים, וואו בלויז בוים איז דאס זאכווארט און עפל איז אן אדיעקטיוו.
@עברי אנכיפארוואס איז נישט דא א נאמען עפלבוים, נאר אפל?🤔
נישטא קיין עלטערע טעמעס