רוי:תולדות אברהם יצחק

שמחת בית השואבה סוכות ה'תש"ע פון תולדות אברהם יצחק מאה שערים ירושלים - 2010 (זען שפּיץ צייכן)
טעקע:Toldos Avrohom Yitzchok Beit Shemesh Synagogue.JPG
די שול פון "תולדות אברהם יצחק" אין בית שמש

תולדות אברהם יצחק איז א חסידישער ירושלימער הויף וועלכע געהערט צום ישוב הישן און צו דער עדה החרדית.

געשיכטע און כאראקטערן פונעם הויף

דער הויף איז געגרינדעט געווארן אין תשנ"ז דורך די וואס האבן זיך אפגעטיילט פון תולדות אהרן נאך דער פטירה פון זייער רבין רבי אברהם יצחק קאהן און געקרוינט זיין עלטערן זון רבי שמואל יעקב קאהן פאר זייער רבי. דער הויף באשטייט היינט צו טאגס פון 650 משפחות און הויפטקווארטירט אין דער מאה שערים געגנט אין ירושלים דארט וואו עס וואוינען די מערהייט פון די חסידים. דער צווייטער הויפט צענטער פון תולדות אברהם יצחק געפינט זיך אין בית שמש. אויכעט זענען דא אנדערע פיליאלען פון דעם הויף אין ביתר עילית, מאנסי, קרית יואל, בארא פארק, וויליאמסבורג און לאנדאן. לעצטנס האט זיך געעפנט אויכעט א קליינער שטיבל אין בני ברק.

דורך די פארלויפענע יארן האבן זיך מצרף געווען צו דער חסידות אויכעט אזעלכע וואס קומען פון אנדערע הויפן, און הויפטזעכטלעך פון אונגארישע הויפן. די ארץ ישראל'דיגע חסידים וואס שטאמען אפ אריגינעל פון דער מוטער חסידות פירן זיך לויט די תקנות און גייען אנגעטוהן מיט דעם גאנצן ירושלימער לבוש, סיי מענער און סיי פרויען. די מענער גייען מיט געשטרייפענע קאפטאנעס, האלבע הויזן מיט לאנגע זאקן (אינמיטן דער וואך שווארצע און שבת און יום טוב גייען זיי מיט ווייסע), ווייסע יארמולקע, און טראגען א שטריימל פון דער בר מצווה. די פרויען שערן זיך אפ אינגאנצן די האר פונעם קאפ נאך דער חתונה (אזוי ווי ס'איז אנגענומען ביי חסידישע הויפן אפשטאמיג פון אונגארן, גאליציע און ראמעניע) טראגען א שווארץ טיכל, מיט ברייטע און נישט רעש'נדיגע קאלירטע קליידער און דיקע שווארצע שטרימף, אזוי ווי עס שטייט אין ספר התקנות וואס איז געשריבן געווארן דורך רבי אהרן ראטה.

אנדערעש ווי תולדות אהרן וואס רעכנט זיך מער אלס א חבורה ווי א חסידות, תולדות אברהם יצחק איז אויסגעשטעלט מער ווי א חסידות. זיי לייגן א שטארקן דגש אויף אהבת ישראל און שבת.

היינט צי טאגס איז שוין תולדות אברהם יצחק מער וויזניץ ווי תולדות אהרן.

צווישן די מער בארימטע חסידים פון תולדות אברהם יצחק זענען געווען דער פוסק און מיטגליד פון בד"ץ פון עדה החרדית, רבי מאיר בראנדסדארפער, דער מקובל און בעל מחבר ספר "מתוק מדבש" על הזוהר הקדוש, רבי דניאל פריש און דער סופר סת"ם רבי מנחם דאווידאוויטש.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!