שם

שם (א'תקנ"ח - ב'קנ"ח) איז דער עלטסטער זון פון נח'ס דריי זין שם, חם, יפת (חומש בראשית ה'). לויט אַ טראַדיציע אין דער גמרא סנהדרין ס"ט אין שם געווען דער אינגסטער נאָר ווייל ער איז געווען דער חשובסטער האָט אים דער חומש געשטעלט צוערשט, אין דער גמרא אין מדרש ווערט שם פאָרגעשטעלט אַלס אַ זייער פרומער מאַן, וואָס איז געזעסן און געלערנט און געהאַט אַן אייגענעם "בית המדרש", וואו מען האָט געלערנט תורה ("בית המדרש של שם ועבר", מכות כ"ג און אַנדערע ערטער).


אין חומש בראשית י' ווערן אויסגערעכנט די קינדער פון שם חם און יפת און די נעמען פון די פעלקער וואָס האָבן אָפּגעשטאַמט פון זיי. פון שם שטאַמען אָפּ די אידן און אויך די פעלקער, וואָס ווערן באַצייכנט אַלס "סעמיטן" (פון וואָרט "שם", "סעם"), אַלזאָ, די פאַרשידענע אַראַבישע שבטים און אַנדערע. די וויסנשאַפט באַצייכנט אַלס סעמיטן די פעלקער, וואָס האָבן גערעדט די סעמיטישע שפּראכן, וועלכע זענען זייער ענדלעך צו זיך (אַלט-פעניציש, העברעאיש, אַראַמעאיש, אַראַביש און די פאַרוואַנדטע שפּראַכן), און דעריבער ווערן פאַרעכנט אַלס סעמיטן אויך די אֵלטע כנעניים, הגם דער חומש אין בראשית רעכנט כנען זון פון חם. פון וואָרט "סעמיטן" שטאַמט אויך דאָס וואָרט "אַנטיסעמיטיזם", וואָס איז אָבער אַ באַצייכענונג כמעט נאָר פון שנאה צו אידן.


אין דער וויסנשאַפט פון סעמיטאָלאָגיע אונטערשיידט מען צויי צווייגן פון סעמיטישע שפּראַכן: נאָרד־סעמיטיש (העברעאיש, בבליש, אשוריש, פעניציש, אַראַמיש) און זיד־סעמיטיש (אַראַביש און אַלט-אַבעסיניש), די פראגע, צי געהערן אַלע היינטיקע אידן צו דער סעמיטישער ראסע איז ביז איצט ניט אויפגעקלערט געוואָרן.

שם האט געלעבט 600 יאָר. ילקוט שמעוני (בראשית ו'): "שם" האט געבויעט די תיבה.


געשעענישן אין זיין תקופה

  • זיינע עלטערן: נח מיט נעמה
  • זיינע קינדער: אשור, עילם, ארפכשד, לוד, ארם


זעט אויך


קוואלן

דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!