רוי:שכר ועונש
שכר ועונש (באלוינונג און באשטראפונג) איז איינער פון די הויפט-יסודות פון דער אידישער רעליגיע, אז פאר גוטע מעשים וועט מען ווערן באלוינט און פאר שלעכטע מעשים וועט מען ווערן באשטראפט. דער רמב"ם רעכנט דאס אלס איינעם פון די דרייצן עיקרים פון דער אידישער אמונה.
שוין אין תנ"ך געפינען מיר אין פיל ערטער דעם דאזיגן באגריף וועגן שכר ועונש; אין די פרשיות פון דער תוכחה אין ויקרא כו און דברים כח ווערט געזאגט צו די אידן, אז אויב זיי וועלן פאלגן די געטליכע געבאטן וועלן זיי ווערן באלוינט, און אויב זיי וועלן זיי נישט פאלגן וועלן זיי ווערן באשטראפט; דאס זעלבע איז אויך פארהאן אין אלע ספרי נביאים.
די פראגע איז, צי מיינט מען די דאזיגע באלוינונג און באשטראפונג אויף דער וועלט (ווי עס זעט אויס פון דער תוכחה) אדער גאר אויף יענער וועלט, נאכן טויט פונעם מענטשן. דייטליך איז אין תנ"ך נישט פארהאן וועגן יענער וועלט, אבער די אידישע טראדיציע ווייזט אן אויף א סך פסוקים, פון וועלכער מען לערנט ארויס, אז די באלוינונג און באשטראפונג וועט זיין נאר אויף יענער וועלט, אין גן עדן (דאס ארט פון באלוינונג) און גיהנום (דאס ארט פון באשטראפונג). דערמיט ווערט פארענטפערט געווענליך די בארימטע מאטערנדע פראגע וועגן "צדיק ורע לו, רשע וטוב לו" (פארוואס זעט מען אז גאנץ אפט איז דעם צדיק שלעכט און דעם רשע גוט), וואס איז פארהאן שוין אין תנ"ך אין די ספרים איוב, חבקוק, ירמיהו, תהלים. די גמרא[1] זאגט דעריבער: "שכר מצוה בהאי עלמא ליכא" (דער שכר ווערט נישט געגעבן אויף דער וועלט).
די משנה[2] ברענגט, אז אנטיגנוס איש סוכו (וועלכער האט געלעבט אין דער מיט פון דער צייט פון צווייטן בית המקדש) האט געלערנט, אז מען זאל דינען גאט נישט ווי קנעכט, כדי צו באקומען שכר, נאר ווי אזעלכע, וואס דינען נישט אויף צו באקומען שכר. דאס איז געווען דער העכסטער אויסדרוק פון דינען גאט, "מאהבה", און האט געהאט די גרויסע השפעה אויף דעם אידישן רעליגיעזן געדאנק אין מיטלאלטער און אין דער נייער צייט (חסידות). אין אבות דרבי נתן ווערט דערציילט אז אנטיגנוס האט געהאט 2 תלמידים, צדוק און בייתוס, וועלכע האבן פון זייער רבי'ס ווערטער אפגעלערנט, אז עס איז איבערהויפט נישטא קיין שכר ועונש, קיין יענע וועלט, און זיי האבן געשאפן די סעקטעס צדוקים און בייתוסים. אויך לויט דער מיינונג פון פלאוויוס האבן די צדוקים נישט געגלייבט אין השארת הנפש און ממילא אויך נישט אין שכר ועונש אויף יענער וועלט. אין פרקי אבות זענען פיל ווערטער פון די תנאים געווידמעט צום פעסטשטעלן די אמונה אין שכר ועונש.
זעט אויך
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!