רוי:רובו ככולו

באגריף אין הלכה

 

רוּבּוֹ כְּכוּלוֹ איז א באגריף אין הלכה לויט וואס א מערהייט פון א זאך ווערט גערעכנט ווי די גאנצע זאך. אין אלגעמיין גייט דער כלל אן נאר ביי א זאך וואס האט נישט קיין שיעור, ווייל ביי א שיעור זאגט מען נישט רובו ככולו.

מקור

פעלער פון רובו ככולו

שחיטה

ווען מען שעכט א בהמה אדער א חיה דארף מען שעכטן די צוויי "סימנים", דעם קנה און דעם וושט; אבער אז ער שעכט א רוב פון יעדן סימן איז גענוג צוליב רובו ככולו.

סוכה

א מענטשע דארף זיצן אין דער סוכה "ראשו ורובו ושולחנו", זיין קאפ און די מערהייט פון זיין קערפער און זיין טיש; צוליב רובו ככולו ווערט גערעכנט אז זיין גאנצער קערפער איז אין דער סוכה.

געבורט

ווען רוב פונעם קאפ פון אן עובר איז ארויס פון דער מוטער הייסט דאס קינד געבוירן. דאס איז א נפקא מינא לגבי פארשידענע הלכות, ווי למשל בכור.

ווען זאגט מען נישט רובו ככולו

ביי א זאך וואס פאדערט א שיעור קען מען נישט ניצן דעם פרינציפ פון רובו ככולו.

פסח ביינאכט דארף מען עסן א גאנצן כזית מצה, א רוב כזית איז נישט גענוג; ווייל ווינציגער ווי א כזית הייסט נאך נישט געגעסן. אויך וואס מ'דארף טרינקען פיר כוסות וויין, איז מען נישט יוצא מיט דריי כוסות, כאטש דריי איז א רוב.

ווען איינער עסט ווייניקער ווי א כזית חזיר אדער נבילה קומט אים נישט קיין מלקות, אפילו ווען ער האט געגעסן רוב פון א כזית.


אויסנאמען

א מנין פאר קדיש אדער קדושה איז צען מענער וואס זענען בר מצווה; אפילו אכט אדער ניין איז נישט גענוג, און מען זאגט נישט רובו ככולו. טראץ דעם, ווען מען האט א מנין פון צען מענטשן אבער נישט אלע דאווענען מיט, קען מען זאגן חזרת הש"ץ אויב לכל הפחות זעקס (א רוב פון צען) דאווענען מיט.

ביי בענטשן איז מען מזמן מיט א מנין אויב צען מענער עסן צוזאמען. פון די צען איז גענוג אז זיבן האבן געגעסן ברויט. (דא איז נישט גענוג דער נארמאלער רוב פון זעקס, נאר מ'דארף האבן א "רובא דמינכר", א קענטלעכע מערהייט.

ביי קידוש און אנדערע פעלער פון א כוס של ברכה איז דער שיעור א רביעית, אבער טרינקען איז גענוג ווען טרינקט רוב רביעית יוצא צו זיין.

מחצה על מחצה

טאמער די צוויי העלפט זענען גלייך, איז א מחלוקת אמוראים צי דאס הייסט א רוב צי נישט. למשל, ווען מען שעכט גענוי העלפט פון די סימנים.


זעט אויך


קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!