רוי:רב אביתר גאון

פון די לעצטע גאונים פון ארץ ישראל (ד'תת"ב–ד'תתע"ג)
רבי אביתר בר אליהו הכהן
געבורט 1042
ד'תת"ב
פטירה 1112 (אלט: 70 בערך)
ד'תתע"ג
כינוי אריות שבירושלים
טעטיגקייט אָרט ארץ ישראל
השתייכות גאונים-ראשונים
תחומי עיסוק שאלות ותשובות, אידישער לוח
תפקידים נוספים ראש ישיבה
בני דורו רבי משולם בן משה פון מאגענצא
ספרים "מגילת אביתר"

רב אביתר גאון בן רב אליהו הכהן גאון (אויך: רב אביתר הכהן; ד'תת"בד'תתע"ג), איז געווען פון די גאונים פון ארץ ישראל ביי די ענדע פון תקופת הגאונים און אנהייב תקופת הראשונים (וואס האט דאן געהייסן "הרבנים"), און דער לעצטער ראש ישיבה פון די ישיבה אין ארץ ישראל - "ישיבת גאון יעקב".

ביאגראפיע

 
הר אביתר אין אויבער גליל, וואס הייסט נאך רב אביתר

רב אביתר איז געבוירן צו זיין פאטער רב אליהו הכהן גאון, פון א מיוחס'דיגע משפחה פון כהנים און גאונים פון ארץ ישראל וועלכע האבן זיך מתייחס געווען צו רבי אלעזר בן עזריה[1], בן אחר בן צו עזרא הסופר.

אין זיין צייט איז פארגעקומען א גרויסער סכסוך צווישן רבי אביתר גאון און א צווייטן גאון דוד בן דניאל עזריה, וועלכער האט זיך באזעצט אין מצרים.

אין יאר ד'תתנ"ו איז געווארן צעשפרייט צווישן די אידן א משיח-באוועגונג, גלייבנדיג אז דאס איז דער שנת גאולה און אז דער קרייצצוג איז מלחמת גוג ומגוג. די חכמי ישראל האבן זיך געשטעלט דערקעגן, און צווישן אנדערע איז אין יענע צייטן אויך פארעפנטליכט געווארן א בריוו פון רבי אביתר דערקעגן.

מגילת אביתר

אין קאיר גניזה האט מען געפונען א ספעציעלע "מגילת אביתר", וואס געבט אונז וויכטיגע ידיעות וועגן דער געשיכטע פון די אידן אין ארץ-ישראל אין יענע צייטן. עס שמועסט אויס די היסטאריע פון גאונות אין ארץ ישראל, און פארציילט איבער די מלחמות וואס די גאוני ארץ ישראל האבן געהאט מיט די משפחה פון דוד בן דניאל עזריה גאון און אנדערע.

צו ליינען מער

  • זאב וילנאי, אנציקלפדיית אריאל כרך "חוקרים-תיירים", עמ' 14.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. אוצר הגדולים כרך ב דף קנח
תקופת חייו של הרב רב אביתר גאון על ציר הזמן
תקופת הזוגותתנאיםאמוראיםסבוראיםגאוניםראשוניםאחרונים 


דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!