רוי:רבי משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק

רבי משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק

רבי משולם דוד סאלאווייטשיק (תרפ"ב, 1921– י"ח שבט תשפ"א, 2021) האט געפירט א בריסקער ישיבה אין ירושלים. ער איז געווען דער נשיא פון דער עדה החרדית[מקור פארלאנגט].

ביאגראפיע

 
הרב דוד סאלאווויטשיק מיט זיין פאטער, דער בריסקער רב, ביים כותל מערבי

רבי משולם דוד איז געבוירן געווארן אין תרפ"ב, דער פינפטער פון צוועלף קינדער צו הרב רבי יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק, שטאטס רב פון בריסק און זיין ווייב, מרת אלטא הינדא, טאכטער פון הרב חיים אוירבאך. ער האט געהייראט יהודית, א טאכטער פון רבי אשר שטערנבוך פון לאנדאן און א שוועסטער פון הרב רבי משה שטערנבוך, היינטיגער ראב"ד פון דער עדה החרדית. זיין שוואגער רבי חנוך ערנטרוי, מאן פון זיין ווייב'ס שוועסטער רחל, איז געווען ראב"ד אין לאנדאן.

ער איז געווען א מגיד שיעור אין דער בריסקער ישיבה פון זיין ברודער הרב בערל. נאך זיין ברודערס פטירה זענען געווען חילוקי דעות ווער זאל איבערנעמען די ישיבה, און רבי משולם דוד האט אויפגעשטעלט אן אייגענע ישיבה אינעם גוש שמונים געגנט אין ירושלים. רבי דוד'ס ישיבה פירט זיך ווייטער אין דער בריסקער שיטת הלימוד, מיט א דגש אויף התמדה אין לערנען. די ישיבה פון זיין נעפע רבי אברהם יהושע לייגט א דגש אויף חריפות אין לערנען. אנדערש ווי רבי אברהם יהושע, וואס איז שטארק מקפיד נישט צו פארשפרייטן זיינע שיעורים אינדרויסן פון דער ישיבה, רבי דוד'ס שיעורים זענען געדרוקט און פארעפנטליכט.

תשרי תשפ"א האט ער געכאפט די קאוויד-19 מחלה, פון וואס ער איז נפטר געווארן אין ירושלים זונטאג פארטאגס י"ח שבט תשפ"א.

משפחה

  • זיין זון, הרב יצחק זאב, איז א מגיד שיעור אין זיין ישיבה. זיין איידעם, הרב נחמיה קאפלאן, איז ראש ישיבה פון "שער התלמוד".
  • זיין זון הרב אשר


רעפערענצן

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!