רוי:רבי מנחם מענדל אייכנשטיין
רבי מנחם מענדל אייכנשטיין זצ"ל (ה'ת"ר - י"א אדר ה'תרס"א), רבי אין זידיטשוב.
אפשטאם
רבי מענדל איז געבוירן אין יאר ה'ת"ר (אומגעפער), דער פינפטער זון צו זיין פאטער, רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין רבי אין זידיטשוב, באקאנט אלס דער מהרי"א, א זון פון רבי ישכר בעריש אייכנשטיין רב אין זידיטשוב, דער פערטער זון פון רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין פון סאפרין.
ווען רבי מענדל איז געבוירן איז רבי מענדעלע פון רימאנאוו געקומען צו זיין פאטער אין חלום אין אים געזאגט, ער זאל א נאמען געבען זיין קינד נאך אים, ווייל ער דארף צוריק אראפקומען אויף דער וועלט פארעכטען דעם "חוטם".
רבנות
רבי מענדל איז געווען א גרויסער גאון מיט אן אויסערגעווענלכן זכרון, ווען זיין פאטער איז אלט געווארן האט רבי מענדל אויסגעפירט די דברי תורה.
נאך זיין חתונה איז רבי מענדל געווען רב אין מיקאלייעוו, פון יאר ה'תרמ"ד איז ער געווען רב אין זידיטשוב.
הסתלקות
פאמיליע
רבי מענדל האט געהייראט מרת פריע א טאכטער פון רבי חיים אברהם רעדליך פון מיקאלייעוו, אן איידעם פון רבי מאיר פון פרימישלאן. זייערע קינדער:
- מרת שרה שלאמצא, די ווייב פון רבי ברוך רובין, פון בריזדאוויץ.
- מרת רבקה, די ווייב פון רבי דוד מארילעס, פון יעראסלאוו.
- מרת אסתר ליבא, די ווייב פון רבי יצחק הורוויץ, פון סטיטשין.
- מרת חנה, די ווייב פון רבי מאיר פרידלענדער.
זיינע ספרים
- אדם וחוה ותולדותיהם
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!