רוי:רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים (ייטב לב)

רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים
געבורט ה'תקס"ח
דראהביטש
פטירה ו' אלול ה'תרמ"ג
כינוי ייטב לב
טעטיגקייט אָרט סיגוט
דינאסטיע סיגוט
קינדער אברהם אהרן טייטלבוים
חנניה יום טוב ליפא טייטלבוים
משה יוסף טייטלבוים
אליהו בצלאל טייטלבוים
הענדל טייטלבוים
פעסיל האלבערשטאם
אלטע הורוויץ
1'טער סיגוט'ער רבי
תרי"ח - תרמ"ג
טעקע:סיגוט.jpg
דער סאטמארער רבי, רבי זלמן לייב טייטלבוים ביים ציון פון זיין זיידן דער ייטב לב

רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים (זלמן לייב; תקס"חו' אלול תרמ"ג) איז געווען רב אין סיגוט, באקאנט אלס דער ייטב לב.

תולדות

רבי יקותיאל יהודה איז געבוירן און יאר תקס"ח, צו זיין פאטער הרב רבי אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה, און צו זיין מוטער מרת רויזא בלימא א טאכטער פון הרב אהרן, רב אין חאדאראוו (א תלמיד פון הרה"ק רבי ר’ אלימלך מליזענסק).

רבנות

אין יאר תקצ"ג האט מען אויפגענומען רבי יקותיאל יהודה פאר רב אין סטראפקאוו. נאך זיין זיידן'ס פטירה אין יאר תר"א האט מען אים אויפגענומען אלס רב אין איהעל. אין אוהעל האט מען זיך אויסגענומען מיט רבי יקותיאל יהודה פארשידענע באדינגונגען איבער חסידישע אויפפירונגען און אז ער זאל נישט זאגן לאנגע מוסר דרשות, ווען פארשידענע לייט האבן קעגן אים באקלאגט ביי די באהערדע, האט מען אים פאריאגט פון דארט ערב ראש השנה תר"ז, אין איז אויפגענומען געווארן רב אין גארליץ.

אין יאר תרט"ז איז רבי יקותיאל יהודה געווארן רב אין דראהביטש, ער דארט מיטגעמאכט שווערע רדיפות, אויף די עלטער האט ער זיך אויסגעדרוקט, דאס איז געווען מיינע ביטערסטע יארן.

י"ח תמוז תרי"ח איז ער אויפגענומען געווארן רב אין סיגוט.

אין זיינע יארן האט זיך אויסגעשפרייט אין סיגוט א שווערע מחלוקת אין די ענינים פון דער אויפפירונג פון דער שטאט. רבי יקותיאל יהודה האט זיך צוריק געהאלטן פון זיך אריינמישן אין דער קריגעריי און צו זיינע מקורבים האט ער דערציילט און ער האט אזוי געזאגט: עטץ זאלט וויסן אז מיין זיידע דער ישמח משה זיע"א האט מיר דערציילט אז ער געדענקט זיין פריערדיגן גלגול און אז ער איז געווען פון דער מחלוקת פון קרח און ווען איך האב איהם געפרעגט צו וועלכער זייט איז ער געווען האט ער מיר צוריק געענטפערט אז אין דער מחלוקת פון קרח איז געווען דריי גרופעס: איין גרופע איז געווען מיט משה און ס'איז געווען צו זיי מסירות נפש וועגן איהם, די צווייטע גרופע האבן זיך געטענה'ט מיט קרח און געוואלט איבערצייגן מיט זייערע טענות אז משה איז גערעכט, די דריטע גרופע זענען געשטאנען פון דערווייטנס און זיך זיך נישט אריינגעמישט בכלל אין דער מחלוקת און ער איז געווען פון דער דריטער גרופע און וועגן דעם וויל ער זיך נישט אריין מישן אין דער מחלוקת אזוי ווי מיין זיידע איז געשטאנען אין דער זייט און זיך נישט אריינגעמישט.

דער ייטב לב איז געווען באקאנט אלס גאון בנגלה ובנסתר, ער האט געהאט א שטארקן כח מגידות, שלש עשרה מדות פאר שמע קולנו פלעגט ער האלטן דרשות קרוב צו דריי שעה. דער ייטב לב איז געווען דער ערשטער חסידישער רבי וואס האט געפירט א ישיבה.

הסתלקות

רבי יקותיאל יהודה איז נפטר געווארן ו' אלול תרמ"ג.

פאמיליע

רבי יקותיאל יהודה האט געהייראט מרת רחל א טאכטער פון הרב משה דוד אשכנזי רב אין טאלטשאווא. זייערע קינדער:

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!