רוי:רבי יעקב לארבערבוים

הרב יעקב לארבערבוים זצ"ל (ה'תק"ל - כ"ה אייר ה'תקצ"ב) איז געווען שטאטס רב אין ליסא, קאליש און סטרי, און איז באקאנט אויף די נעמען פון זיינע ספרים דער חוות דעת אדער דער נתיבות.

אפשטאם

רבי יעקב איז געבוירן אין יאר ה'תק"ל צו זיין פאטער רבי יעקב משה, רב אין זבאראוו, א זון פון רבי נתן בראדער, א זון פונעם חכם צבי. רבי יעקב איז געבוירן נאך זיין פאטער'ס פטירה.

רבנות

רבי יעקב האט געלערנט ביי זיין פעטער רבי יוסף תאומים, רב אין בורשטיין, נאכהער אין טיסמעניץ ביי רבי משולם איגרא.

נאך זיין חתונה האט רבי יעקב אינוועסטירט זיין געלט מיט א שותף רבי אברהם זיידנפעלד, אין א בראנפן ברענעריי, נאך וואס דער שותף האט באנקראטירט האט רבי יעקב נישט מער געהאט קיין ברירה, און אנגענומען צו זיין א רב, ערשטענס אין מאנאסטריטש און פון דארט איז ער אריבער קיין קאלוש, גאליציע, אומגעפער אין יאר ה'תק"נ. אין יאר ה'תקס"ט איז רבי יעקב אויפגענומען געווארן רב אין ליסא, פוילן. אין יאר ה'תקפ"א איז רבי יעקב צוריק געפארן אין גאליציע, דארט איז ער אויפגענומען אלס רב אין סטרי.

הסתלקות

רבי יעקב איז נפטר געווארן אין סטרי כ"ה אייר ה'תקצ"ב.

זיין פאמיליע

רבי יעקב האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון דעם גביר רבי נפתלי הירצל פון די אנגעזענע אידן פון סטאניסלאוו. בזיווג שני האט רבי יעקב געהייראט מרת שיינדיל א טאכטער פון רבי יאקיל אשכנזי פון רימאנאוו.

זיינע קינדער:

  • הרב נתן נטע לארבערבוים.
  • הרב מרדכי אריה יהודה לייב, פון צפת.
  • מרת חיה, די ווייב פון איר שוועסטער-קינד רבי צבי הירש תאומים פון קאלוש
  • מרת בריינדל

זיינע ספרים

  • חוות דעת - אויף שלחן ערוך יורה דעה (תקנ"ט)
  • מעשה ניסים - אויף הגדה של פסח (תקס"א)
  • מקור חיים - אויף שלחן ערוך אורח חיים (תקס"ז)
  • נתיבות המשפט - אויף שלחן ערוך חושן משפט (תקס"ט)
  • תורת גיטין - אויף מסכת גיטין און הלכות גיטין
  • בית יעקב - אויף מסכת כתובות און הלכות כתובות
  • דרך החיים - סידור תפלה
  • קהלת יעקב - אבן העזר
  • נחלת יעקב - אגדות הש"ס
  • אמת ליעקב - אגדות הש"ס
  • תעלומות חכמה - אויף מגילת קהלת (תקס"ד)
  • צוואת הגאונים
  • תיקון עירובין

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!