רוי:לוי אשכול
פארטיי | מפא"י, ארבעטס-פארטיי | ||||
---|---|---|---|---|---|
| |||||
ווייב |
רבקה מהרש"ק (1922-1927), אלישבע קפלן (1930-1959), מרים זעליקאוויטש (1964-זיין פטירה) | ||||
|
לוי אשכול (לוי עשקאָל; געבוירן אין רוסלאנד מיטן נאמען לוי יצחק שקאלניק; 25סטן אקטאבער 1895, ז' חשון ה'תרנ"ו - 26סטן פעברואר 1969, ח' אדר ה'תשכ"ט) איז געווען דער דריטער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל.
לעבנסגעשיכטע
ער איז געבוירן געווארן ז' מרחשון תרנ"ו צו זיין פאטער יוסף שקאלניק און זיין מוטער דבורה (קראסניינסקי). ער איז ארויף קיין ארץ ישראל אינעם יאר ה'תרע"ד (1914) ביי דער צווייטער עליה.
אין יאר 1963 איז ער איז געווארן פרעמיער מיניסטער נאך וואס דוד בן גוריון האט פורש געווען פון זיין פרעמיער מיניסטער.
פאר דעם זעקסטאגיגער קריג האט ער געמוסט שענקען פאר משה דיין צו זיין דער זיכערהייטס מיניסטער (כאטש וואס משה דיין האט באלאנגט צו דער אפאזיציע) צוליב דעם וואס יגאל אלון האט דאן פארברענגט ביי א קאנגרעס אין דעם ראטן פארבאנד.
די קנאים פלעגן אים רופן מיט דער מליצה "אשכול הכופר" (גענומען פון שיר השירים א, יד).
ער איז נפטר געווארן פון א הארץ אטאקע אין 1969. א טייל האבן באשולדיגט דאס פאלק פארן דרוקן אויף אים פארן זעקס טאגיקער קריג אז ער זאל שטעלן משה דיין, פאר זיכערהייטס מיניסטער, און די באפעלקערונג האט נישט געגלייבט אין אים.
משפחה
מיט זיין ווייב, רבקה מהרש"ק (בזיווג ראשון) האט ער איין קינד א בכורה, נועה (אשכול).
מיט זיין ווייב, אלישבע קאפלאן (בזיווג שני) האט ער דריי קינדער, דבורה (רפאלי), תמה (שוחט) ווייב פון אברהם בייגה שוחט און עופרה (נבו).
זיין ווייב בזיווג שלישי איז געווען מרים זעליקאוויטש.
פרעמיער מיניסטארן פון מדינת ישראל | |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!