בלוט-בלבולים זענען די שווערע בלבולים, וואָס שונאים פון אידן האָבן אויסגעקלערט אויף אידן, אז זיי נוצן צום באַקן מצות אויף פּסח בלוט פון קריסטליכע קינדער, וועלכע ווערן געטויט.

די היסטאָרישע פאָרשונג האָט פעסטגעשטעלט, אַז דעם דאָזיגן בלוט-בלבול האט מען פאָרגעווארפן די ערשטע קריסטן אין די ערשטע יאָרהונדערטער אין די רוימישע פּראווינצן אַז אין די פּאַסכאַ-טעג נוצן זיי בלוט פון נישט-קריסטן, און דאַדורך זענען געווען אַ סך רדיפות אויף קריסטן.

קעגן אידן איז דערוועקט געוואָרן דער בלוט-בלבול (וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען "עלילת-דם", אויך "ממזר-בלבול") אין 12טן יאָרהונדערט, און פון דעמאָלט אָן ציט זיך דער עלילת דם ווי אַ רויטער פאָדעם דורך דער אידישער געשיכטע. אידן-פיינט האָבן אים שטענדיג באַנוצט, כדי צו העצן פינסטערע מאַסן קעגן אידן זיי האָבן אַרויסגעגעבן בראָשורן, אין וועלכע זיי האָבן דערציילט מעשיות וועגן דעם, ווי אידן טויטן קריסטליכע קינדער, און דערביי געוויזן כלומרשט בילדער פוֹן די געטויטע קינדער. הונדערטער טויזנטער אידן האָבן געליטן דעם מאַרטירער-טויט צוליב דעם דאָזיגן בלוט-בלבול; זייער פיל פּאָגראמען און שחיטות אויף אידן זענען צוליב דעם פאָרגעקומען, און נישט קוקנדיג דערויף, וואָס באַרימטע קריסטליכע געלערנטע, זאָגאַר פּויפּסטן, קעניגן האָבן אויפגעוויזן, אז דער בלוט-בלבול קעגן אידן איז אַ נידערטרעכטיגע פאַלשע באַשולדיגונג, ווערן דאָך זאָגאַר אין דער נייער צייט דערוועקט דורך אידן-פיינט בלוט-בלבולים, כדי צו רייצן דעם נישט-אידישן המון קעגן אידן.

די באַקאַנטסטע בלוט-בלבולים קעגן אידן זענען פאָלגנדע: פולדא יאָר 1236, מינכען 1285, פּראג 1305, איבערלינגען 1331, רעגענסבורג 1474, טריענט 1475, טירנוי 1494, פּעסינג 1529, דמשק 1840, טיסא-עסלאר 1882, קארפו 1891 און פאַר דעם ערשטן וועלט-קריג דער באַקאַנטער בייליס-פּראָצעס אין קיעוו, יאָר 1913, וואָס איז אינסצעניזירט געוואָרן דורך דער רוסישער צאַרישער רעגירונג קעגן איד מענדל בייליס. אַז ער זאָל האָבן געטויט דעם קריסטליכן אינגל יושטשינסקי צו באַנוצן זיין בלוט אויף מצות (אין דאָזיגן פּראצעס איז דער באַשולדיגטער, בייליס, באַפרייט געוואָרן).

די אויסגערעכנטע זענען נאָר אַ קליינער טייל פון די בלוט-בלבולים קעגן אידן, וועמענס צאָל גרייכט אין די פיל הונדערטער, פיל פון זיי זענען פאָרגעקומען אין שפּאַניע דורך דער אינקוויזיציע אין די יאָרן פאַר'ן גרוש (אין יאָר 1492). דער הויפּט-שווער-פּונקט פון די אַלע בלבולים איז בּאשטאַנען אין דעם, וואָס אין די פריעריגע צייטן, ווען מען האָט יודן בּאשולדיגט אין בּלוט-בלבול האָט מען בּיי דער אויספאָרשונג זיי געפּייניגט מיט די שרעקליכסטע עינויים, אַז זיי זאָלן זיך מודה זיין, און כאָטש דער גרעסטער טייל פון די געפּייניגטע האָבן אויסגעהאַלטן די יסורים און נישט מודה געווען זיך אין פאַלשן בלבול, האָבן אָבער טייל פון די געפּייניגטע יודן וועלנדיג זיך באפרייען פון די פּייניגונגען, זיך מודה געווען אין אַלעם, וואָס זייערע פאָרשער האָבּען זיי געהייסן. אזוי אַרום זענען אנטשטאַנען אַקטן און דאָקומענטן, אַז כלומרשט יודן אַליין האָבּען "בּאשטעטיגט" דעם בלוט-בלבול. אַ חוץ דעם האָט אויך אומגליקליך געווירקט דער פאַקט, וואָס כאָטש אין אַלגעמיין האָבן אויך משומדים שאַרף ערקלערט, אַז דער בלוט-בלבול איז פאַלש, האָבן זיך אָבער טיילמאָל געפונען משומדים, וואָס זייענדיג שטאַרק אין כעס אויף די יודן צוליב באליידיגונג וכדומה האָבן זיי מיט א שלעכטער כוונה ערקלערט, אַז דער בלוט-בלבול איז אמת. אַזוי איז פאָרגעקומען אין פּוילן אויף דעם לעמבערגער ויכוח אין יאָהר 1759, ווען די פראַנקיסטן האָבן באשטעטיגט דעם בלוט-בלבול, וועלנדיג אַזוי אַרום זיך נוקם זיין אויף יודן, און באַלד דערנאָך איז ווירקליך פאָרגעקומען אין שטעטל וואידזיסלאוו איינער פון די גרויזאַמסטע בלוט-בלבולים, צוליב וועלכן עס זענען אומגעקומען אַ סך יודן.

ביבליאגראפיע

איבער דעם בלוט-בלבול איז פיל געשריבן געוואָרן; אַחוץ אין דער יידישער געשיכטע פון גרעץ, זענען ערשינען זייער פיל ספּעציעלע ווערק וועגן דעם בלבול אַמייסטן אין דייטש; אין העברעאיש איז פאַרהאַן יצחק בער לעווינזאָנ'ס "אפס דמים"; אויף דייטש זענען די באַקאַנסטע ווערק כוואלסאָנ'ס "דער בלוט-אַבערגלויבע" און דעליטשע'ס "שאַכמאַט די בלוט-ליגנער"; אין דעם גרעסטן בלוט-בלבול-פּראָצעס אין דער נייערער צייט, בייליס-פּראָצעס, זענען פאָרגעקומען פיל ויכוחים, און א סטענאָגראַפישער באריכט אויף יודיש איז ערשינען אין ווארשא ("דער בייליס-פּראָצעס", ווארשא 1914, אַרויסגעגעבן פון ביבער); יודישע ענציקלאָפּעדיעס.

דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!