רוי:בכור

ערשט-געבוירענער קינד

בכור איז דער עלטסטער אדער ערשט-געבוירענער, וועלכער טראגט א ספעציעלן באדייט אין אידישקייט.

אין חומש[1] ווערט געזאגט "קדש לי כל בכור", אז דער ערשט-געבוירענער זון איז פארהייליגט. לויטן אידישן דין זענען פארהאן צוויי סארטן בכורים: א "בכור מאמו", דאס הייסט אויב די מוטער האט נישט געהאט פריער קיין קינדער, אזעלכער איז הייליג און מען דארף אים אויסלייזן דורך פינף שקלים פון א כהן (פדיון הבן), און א "בכור מאביו", דאס הייסט, אויב דער פאטער האט נישט געהאט פריער קיין קינדער, און אזא בכור באקומט נאכן טויט פון פאטער צוויי חלקים ירושה ("פי שנים") בשעת די אנדערע זין נעמען נאר צו איינצלנע חלקים ירושה[2].

די הייליגקייט פון בכור איז נישט נאר ביי מענטשן, נאר אויך ביי בהמות. אין במדבר יח ווערט געזואגט, אז א בכור וואס איז געבוירן געווארן פון שעפסן און רינדער ("בכור בהמה טהורה") איז הייליג און מען מוז אים אוועקגעגעבן צו א כהן. דאס זעלבע איז הייליג א בכור, וואס איז געבוירן געווארן פון אן אייזל (פטר חמור), ביי וועמען מען דארף אפהאקן דעם קאפ, אדער אויסלייזן אים דורך א שעפסל, וואס מען דארף אוועקגעבן צום כהן.

וועגן דער הייליגקייט פון בכור זענען פארהאן פארשידענע מיינונגען ביי די געלערנטע פארשער. שוין אין דער גמרא[3] ווערט ארויסגעזאגט די מיינונג, אז אין די גאר-אלטע צייטן זענען די בכורים ביי אידן געווען דאס זעלבע, וואס שפעטער די כהנים. זיי זענען געווען די רעליגיעזע פירער און האבן מקריב געווען קרבנות. די "בכורה" איז ווייטער געבליבן א הייליגע און ווערדפולע זאך, אבער נישט אזוי ווי פריער. נאכמער, אין דער גאנצער אלטער אידישער געשיכטע איז צו זען, ווי די בכורה-אינסטיטוציע איז ספעציעל באקעמפט געווארן. מיר זעען[4], אז שוין אברהם אבינו דער פאטער פון אידישן פאלק, איז געווען דער אינגערער זון ביי זיין פאטער תרח און נישט דער בכור. דערנאך,. אברהם האט געהאט אלס יורש נישט דעם בכור ישמעאל, נאר דעם אינגערן זון יצחק[5]. פון יצחק האט גע'ירש'נט נישט זיין עלטערער זון עשו נאר זיין אינגערער יעקב. פון יעקב'ס קינדער איז ווידער נישט ראובן דער בכור, נאר יוסף, פון די יונגערע[6]. וועגן יוספ'ס צוויי זין ווערט אין פרשת ויחי דייטליך געזאגט, אז יעקב אבינו האט מיט א כוונה אויפגעהויבן דעם אינגערן אפרים איבער זיין ברודער מנשה, און אזוי האט אויך שפעטער אין דער אידישער געשיכטע דער שבט אפרים געהאט די שטערקערע איינפלוס. דאס זעלבע איז דוד המלך געווען דער יונגסטער זון אין זיין פאטער'ס הויז[7], און שלמה המלך איז געווען פון דוד'ס יונגערע זין[8]. פון דעם אלעם איז צו זען, אז אין דער אידישער געשיכטע איז דורכגעפירט געווארן די טענדענץ אוועקצונעמען ביי די בכורים זייער אמאליגן ווערד, כדי צו ווייזן, אז זיי זענען נישט מער הייליג און דאס הויפט-ארט אנשטאט זיי פארנעמען די כהנים.

אין שפעטערדיגן אידנטום פארנעמט דער בכור נישט קיין באזונדערער שטעלונג, חוץ די דערמאנטע צוויי ריטועלע און יורידישע דינים וועגן פדיון הבן און צוויי חלקים ירושה, וואס דער בכור נעמט. עס איז אויך איינגעפירט געווארן דער מנהג[9] אז בכורים פאסטן אין ערב פסח אלס אנדענק צו דעם נס ביי יציאת מצרים, ווען די בכורים פון די מצריים זענען אומגעקומען און די אידישע זענען געבליבן לעבן.

דער גרעסטער טייל דינים וועגן בכור געפינט זיך אין מסכת בכורות, וואס איז א טייל פון סדר קדשים. זי אנטהאלט ניין פרקים, וועלכע נעמען ארום אלע דינים פון בכור בהמה טהורה, פטר חמור, בכור אדם, ירושה, און אויך וועגן מעשר בהמה.

רעפערענצן

דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!