אמן ואמן זענען א סעריע פון צוויי מוזיק אלבומס ערשינען אין אידיש, ענגליש, העברעאיש און וואקאליש איבער דעם חשיבות פון זאגן אמן ארויסגעגעבן דורך וועד מורא מקדש.

ערשטע אלבום - יודישע ווערסיע

דער אלבום איז ערשינען ערב פון יאר ה'תשע"א, ת'הא ש'נת ע'ונים א'מן. עס איז א פראדוקציע פון ארי טייטלבוים, אראנזשירט דורך ישראל לאם.

א האלב יאהר דערנאך איז ארויסגעקומען א "אהן-מוזיק" ווערסיע אויסגעארבעט דורך יוסי רובין יואלי דיקמאן און זאבי פריעד וואו מאטי אילאוויטש איז אויך צוגעקומען אלס זינגער.

רעקארדירט איז עס ביי חיים יצחק גאלדמאן און עמ קעי סטודיאוס. די ליריקס זענען געשריבן דורך: יונתן שווארץ, יואל ברוך ווייס, מרדכי דוד עסטרייכער, משה וויינטרויב און מאטי אילאוויטש.

די לידער זענען אלטע נאר מ'האט געשריבן דערויף פרישע פאסיגע גראמען, אויסער איין ניגון "בזמן" וועלכע איז קאמפאזירט ספעציעל פאר דעם אלבום דורך מאיר דוד לעווינשטיין.

זינגער

די ערוואקסענע כאר איז פון חברת שירה אנגעפיהרט דורך זאבי פריעד און די קינדער כאר איז אנגעפיהרט דורך מושי קרויס.

סאולאוס:

קינדער סאולאוס:

אינהאלט

ענגלישע ווערסיע

דאס איז ערשינען סוף ה'תשע"ב. די ניגונים זענען די זעלבע, די ווערטער איז איבערגעשריבן אויף ענגליש דורך עיבי ראטענבערג און פרעזענטירט דורך יוסי רובין.

זינגער

צווייטער אלבום

ערשינען צום יאהר ה'תשע"ה אראנדזשירט דורך חזקי ברויער, כאר דורך ידידים פון ישראל מיט די פרחי שיר ושבח. עס ווערט פארשפרייט דורך ניגון.

זינגער

אינהאלט

  • שערי גן עדן
  • א פארזיכערונג
  • כתר
  • מלאך מושיע
  • דער כח פון א מנין
  • גלייב אין דיין תפלה
  • דער פאפעגיי
  • ברכת השחר
  • מפליא לעשות

וועב לינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!