לאנגסאם און פעלדמאן

חסידישע קאמעדיאנטן פּאָר
(אַריבערגעפירט פון וועלוול פעלדמאן)

יעקב יוסף לאנגסאם און וועלוול פעלדמאן (אויך באקאנט אלס סענדער און משה איטשע) זענען צוויי פאפולערע חסיד'ישע קאמעדיאנטן אין ניו יארק. די צוויי, סקווירער חסידים, ווערן באטראכט ווי פּיאנערן אין דער פעלד פון סאטירע-פארשטעלונג פאר די חרדי'שער עולם אויף אידיש.

וועלוול פעלדמאן (ר) און יעקב יוסף לאנגסאם (ל)

הונטערגרונד און כאראקטער

יעקב יוסף און וועלוול זענען צוויי סקווירער חסידים; לאנגסאם וואוינט אין שיכון סקווירא, און פעלדמאן וואוינט אין מאנסי. זיי האבן אנגעהויבן אלס טייל פון די אקטיארן ביי די פארשטעלונגען ביים סקווירער רבינ'ס טיש יעדעס יאר פורים, א פאזיציע וואס לאנגסאם האלט נאך אן[1]. היינט-צו-טאג שטעלן זיי פאָר צוזאמען קאמעדיע שטיקלעך ביי פריוואטע מסיבות אדער עפנטליכע מעמדים, ווי דער "בוני עולם" אויפטרייבונג אוונט[2] אד"ג. אין צוגאב, טוען די צוויי מאכן ווידעא רעקלאמעס פאר ארגאניזאציעס און צדקה צוועקן, ווי RCCS[3], לב לילד[4] און נאך[5], ווי אויך פאר געשעפטן[6].

לאנגסאם שטעלט געווענליך פאָר דעם כאראקטער פונעם שלימזל'דיגן, אומבאלומפערטן און נארישן מענטש, געווענליך גערופן מיט'ן צונאמען "סענדער", און איז על-פי-רוב אנגעטון אין זיין אייגנארטיגע פארשטעלעכץ, דאס זעלבע אדער ענליך צו וואס ער נוצט ביי די "אונטער'ן" שפילן; א צעריסענע געלע ציצית, אן אלטער צעריסענעם היטל, א צעקנייטשטער אנצוג אָן קנעפלעך, און א נאכגעלאזטע בארד און פאות. פעלדמאן, באטיטלט אלס "משה איטשע", שטעלט געווענליך פאר דעם ערנסטן אחריות'דיגן ערוואקסענעם. און איז געווענליך מינימאל פארשטעלט, ווי א דאקטער אדער רב, וכדומה ווי עס פאדערט זיך, און אמאל אויך אן קיין שום פארשטעלעכץ.

רוב פון זייערע קאמעדיעס זענען געווענליך דיאלאגן, צב"ש צווישן דאקטער-פאציענט, שווער-איידעם, אינטערוויוער-אפליקאנט אד"ג, ווען דער ערנסטער פעלדמאן ברענגט ארויס די קאנטראסט פון לאנגסאם'ס מאדנע אויפפירונג. א טייל שטיקלעך ענדיגן זיך מיט גראמען. דאס שרייבן די סקריפטס ווערט געטון דורך יקותיאל פנחס ("פיני") גליק פון שיכון סקווירא, צוזאמען מיט לאנגסאם און פעלדמאן. אין דער צייט וואס לאנגסאם איז דער עיקר קאמעדיאנט, איז פעלדמאן דער ארגאניזירער און דער וואס פירט אָן מיט די פארשטעלונגען[7].

פאפולערע אויפטריטן

 
אין זייערע כאראקטערס סענדער און משה איטשע

אין די "אונטער'ן" שפילן

דער צוויי טרעטן אויף אין די סעריע "אונטערן" שפילן אונטער די בינע-נעמען "סענדער" (לאנגסאם) און "משה איטשע" (פעלדמאן). זיי האבן אנגעהויבן צוזאמען שפילן אין די "אונטערן" אנגעהויבן פון "אונטערן שריפט", און זינט דאן שפילן זיי אין יעדע "אונטערן" פראדוקציע, אויך אין די אנדערע פארשטעלונגען פראדוצירט דורך "שטיינהויז פראדאקשן" - "איבער'ן בילד" און "א קהילה פארכאפט".

אין דער 'איבערן שטעטל' שפיל האבן לאנגסאם און פעלדמאן נישט געשפילט אלס קאמעדיאנטן, נאר פארגעשטעלט אַן ערנסטע ראלע, אונטער די נעמען: הערש מיילעך (לאנגסאם) און קלמיש (פעלדמאן).

זעלבסטשטענדיגע אויפטריטן

אין יאר תשע"ט האבן זיי אויפגעטרעטן ביי אן אווענט פון "מרכז ההצלה" פאר די עדה החרדית קרייזן וואס וואלענטירן אקעגן גיוס חרדים. די מדינת ישראל "משטרה" פאליציי האט זיך געגרייט צו שטורעמען דעם פארזאמלונג מיט אויסרייד אז דער שפיל טוט טרייבן ליצנות פונעם געזעץ, א שריט וואס האט געצווינגען די אנפירער צו טוישן דעם סקריפט און צענזורירן געוויסע חלקים דערפון[8][9].

חול המועד סוכות תשפ"ד האבן זיי זעלבסטשטענדיג פארגעשטעלט א קאמעדיע פארשטעלונג "דראמאדי", אריינגעפלאכטן מיט זינג-שטיקלעך[10].

די פּאָר טרעט אויך אויף יערליך ביים שושן פורים טיש פון רבי אייזיק ספינקער אין וויליאמסבורג. עטליכע יאר האבן זיי אויך אויך געהאט א פראגראם אויף די קול מבשר פורים אפטיילונג[11][12]. אין די וואונדערקינד טעקע איז פארגעשטעלט געווארן א קאמעדיע אויפטריט דורך די צוויי, אין די אויסגאבע פון אדר ב' תשפ"ד[13]. ליפא שמעלצער האט ארויפגעברענגט די פּאָר פאר'ן ניגון "הני תרי בדחני", אויף זיין אלבום "בבליפא", וואו די צוויי שטעלן פאר קאמעדיע שטיקלעך אין הונטערגרונט.

צומאל טרעטן זיי אויף באזונדער אלס בדחנים ביי פארשידענע געשעענישן. פעלדמאן, וועלכער איז אויך א גראמער, און פארמאכט אן אייגן פראגראם אויף קול מבשר "שבת פעקל", טוט שוין פאר לאנגע יארן אננעמען זעלבסטשטענדיגע באשטעלונג. יעקב יוסף האט לעצטנס געמאלדן אז ער גייט אויך אנהייבן צו אויפטרעטן אליינס אויף שמחות[14].

דרויסנדיגע לינקס

פארשטעלונג ווידעאוס

רעפערענצן

  1. א פאראדיע באצייכנט אלס דער ניגון וואס לבן הארמי האט געזינגען, אויף אייוועלט, געזינגען דורך לאנגסאם ביי סקווירא פורים שפיל.
  2.   לאנגסאם פעלדמאן "קוואטער" פארשטעלונג, ווידעא אויף יוטיוב, תשע"ח;
      די פיין פון אליין, ווידעא אויף יוטיוב, פענסילוועניע תשפ"א (אידיש ווידעאס);
    א דור פון האפענונג, תשפ"ב;
      אונטערן שמייכל - בוני עולם 2023, ווידעא אויף יוטיוב (אידיש ווידעאס);
      בוני עולם 2024, ווידעא אויף יוטיוב (2024 אידיש ווידעאס)
  3.   דיין געזונט איז קיין וויץ, RCCS - צאהלער, ווידעא אויף יוטיוב (אידיש ווידיאוס)
  4. לב לילד - קינדער פון צעטיילטע שטיבער, אידיש ווידעאס.
  5.   די פרייז פאר א קינד, ווידעא אויף יוטיוב, 6 ביולי 2020 (אידיש ווידעאס) פאר בוני עולם;
      רעקארדירונג אין שטיצע פון צדקת ישעיה, ווידעא אויף יוטיוב (אידיש ווידעאס)
  6.   אן אנאנס פאר די מפואר פירמע, ווידעא אויף יוטיוב (אידיש ווידעאס);
      לי עוועניו פאטא - קאראנע, ווידעא אויף יוטיוב (אידיש ווידעאס);
      Langsam Touring Israel With Ari Ungar, video on YouTube;
    Sponsored by Norman’s Dairy – ג’ דחול המועד פסח תש”פ, אידיש ווידעאס;
     העריטעדזש סילווער חנוכה ווידעא, אויף אידיש ווידעאס.
  7.   פּאדקעסט - עפּ. #53, דורך פּיני גליק, ווידעא אויף Latest Talks קאנאל אויף יוטיוב (אידיש-ווידעאס)
  8. הצגת ההסתה של הקיצונים נחשפת • צפו, אויף כיכר השבת.
  9. ההצגה - בכינוס "ועד הצלה" - המלא, אויף prog.
  10. "א שמועס איבער די לאנגסאם-פעלדמאן "דראמאדי" פארשטעלונג", אלגעמיינע אינטערוויו, אויף אידיש24; "דראמאדי - לאנגסאם & פעלדמאן חוה"מ סוכות פ"ד", אשכול אויף אייוועלט.
  11. "על אחת כמה וכמה, לאנגסאם - פעלדמאן", פורים אפטיילונג, אויף אידיש24.
  12. "די וואזשנע פלאן (חלק א'), לאנגסאם - פעלדמאן", פורים אפטיילונג, אויף אידיש24 "חלק ב', לאנגסאם - פעלדמאן", פורים אפטיילונג, אויף אידיש24.
  13. וואנדערקינד.
  14. "צום ערשטן ליכטל, די נומער איינס, א שמועס מיט דער משמח ר' יעקב יוסף לאנגסאם וועלכער הייבט אן אליינס אויפטרעטן", אלגעמיינע אינטערוויו, אויף אידיש24.