ראחוב (חסידות)

אפצווייג פון נאדווערנער חסיד'ישער דינאסטיע

דער ראחובער הויף איז א חסידות וואס איז געגרינדעט געווארן אין שטאט ראחוב אין גאליציע (היינט אין אוקריינע), דורך רבי יצחק ראזנבוים, אן אייניקל פון רבי מרדכי'לע נאדווערנער.

היסטאריע

דער ערשטער דור

דער גרינדער פון די חסידות איז געווען רבי יצחק ראזנבוים, א זון פון רבי מאיר'ל קרעטשניפער און איידעם ביי זיין שוועסטער און שוואגער רבי שלמה איזאקסאן דער רומאן'ער רב. רבי יצחק האט געוואוינט אין שטאט ראחוב, און בסוף ימיו אין אויבער ווישעווע. ער איז געווען מפורסם אלס א בעל צדקה און א מקבל יסורים באהבה. ער איז גע'הרג'עט געווארן אין אוישוויץ, ג' סיון ה'תש"ד.

נאך וואס רבי יצחק איז אריבער קיין ווישעווע, האט זיין ברודער רבי מרדכי איבער גענומען זיין בית מדרש אין ראחוב. רבי מרדכי און אלע זיינע קינדער זענען גע'הרג'עט געווארן ביים צווייטע וועלט-מלחמה.

דער צווייטער דור

רבי אליעזר זאב ראזנבוים, רבי יצחק'ס זון, איז געווען א איידעם ביי זיין קאזין רבי חיים מרדכי ראזנבוים, דער נאדווערנער רבי.

ער איז געראטעוועט געווארן פון אוישוויץ. נאכן קריג איז ער ארויף געקומען קיין ארץ ישראל, וואו ער האט געלערנט ביי רבי יוסף צבי דושינסקיא דער ירושלימ'ער רב. נאך זיין חתונה האט ער זיך באזעצט אין שטאט רמלה און געעפנט דארט א בית מדרש. אין די תש"כ יארן איז ער אריבער קיין רמת גן, און האט דארט געגרינדעט זיין בית מדרש. צוערשט איז ער געווען אויף רחוב מודיעין, און אין יאר תשכ"ז איז ער אריבער קיין רחוב ברקאי וואו דער בית מדרש שטייט ביז'ן היינטיגן טאג.

רבי אליעזר זאב איז געווען א חסיד פון בעלזער רב און אן אנהענגער פון היינטיגן בעלזער רבי רבי ישכר דוב רוקח. טראץ דעם, אלס א תלמיד פון הרב דושינסקיא, איז ער נישט געגאנגען צו די בחירות. ער איז געווען מפורסם אלס א בעל מופת, בפרט אין עניינים פון רפואה און צוזאגן קינדער.

ער איז נפטר געווארן י"ח כסלו תשנ"ט, און באערדיגט געווארן אין דעם נייעם וויזשניצער בית החיים אין בני ברק. עס איז געבויט געווארן אן אוהל אויף זיין ציון.

דער דריטער דור

דער היינטיגער ראחובער רבי איז רבי יחיאל מאיר ראזנבוים, דער יונגסטער זון פון רבי אליעזר זאב.

ער איז געבוירן י"ג סיון תשכ"א. אלס קינד האט ער געלערנט אין בעלזער חדר און ישיבה קטנה אין בני ברק. אין ישיבה גדולה האט ער געלערנט איין יאר אין ישיבת חכמי לובלין ביי הרב וואזנער, און דערנאך איז ער אריבער לערנען אין די בעלזער ישיבה גדולה אין ירושלים. ער פלעגט לערנען יעדן טאג בחברותא מיט זיין פעטער רבי הערשעלע קרעטשניפער.

ער האט חתונה געהאט אין יאר תשמ"ד מיט די טאכטער פון רבי ישעיה שנייבאלג, דער רב פון בני ראם און חבר הבד"צ מחזיקי הדת.

נאך זיין טאטנ'ס פטירה איז ער אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקומו על פי צוואתו, טראץ וואס ער איז דער יונגסטער זון.

דער רבי האט 18 קינדער, דער צווייטער זון הרב דוד צבי ראזנבוים איז מעזשיבוזשער רבי אין פתח תקוה.