נתנאל בן צוער

נשיא פון שבט יששכר

נְתַנְאֵל בֶּן צוּעָר איז געווען דער נשיא פון שבט יששכר אין די צייט פון נאך יציאת מצרים. ער איז געווען א בן תורה, און ביים חנוכת המשכן איז ער געווען דער וואס האט געראָטן אלע נשיאים איבער די קרבנות הנשיאים, און ער האט מקריב געווען דער צווייטער.

נתנאל בן צוער
געבורט מצרים
תקופה יציאת מצרים, דור המדבר
בתנ"ך במדבר א, ח; ב, ה; ז, יח; י, טו

לעבן און שאפן

ווי די אנדערע נשיאים, האט השי"ת באשטימט נתנאל בן צוער צו ציילן זיין שבט ביים צווייטן ציילונג פון אידן אין מדבר. זיי ווערן דארט געשילדערט ווי ”קְרוּאֵי הָעֵדָה, נְשִׂיאֵי מַטּוֹת אֲבוֹתָם, רָאשֵׁי אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל[1]. זיי זענען אלע געווען הויפטן אין סנהדרין[2], וועלכע זענען גערופן געווארן צו יעדע חשוב'ע זאך ביי אידן[3].

לויט חז"ל זענען די נשיאים געווען די שוטרים וואס די מצריים האבן געשטעלט איבער אידן אין מצרים, וואס זיי זענען געשלאגן געווארן ווען אידן האבן נישט ערפילט זייער קוואטע[4]. טייל לערנען אז זיי זענען שוין געווען נשיאים איבער די עלטערן פונעם דור המדבר, נאך זייענדיג אין מצרים[5].

דורכאויס די וואנדערונגען אין מדבר האט נתנאל געפירט זיין שבט דער צווייטער, נאך נחשון בן עמינדב, אונטער'ן "דגל מחנה יהודה"[6]. לויט ווי דערציילט אין מדרש, איז זיין פאן געווען געפארבט שווארץ-בלוי, און א זון און לבנה געצייכנט דערויף[7].

אין חז"ל ווערט געברענגט אז די נשיאים זענען געווען צווישן די צוויי הונדערט און פופציג מענטשן וועלכע האבן געברענגט קטורת ביים מחלוקת קורח ועדתו[8]. לויט דעם זענען זיי נפטר געווארן אין צווייטן יאר נאך יציאת מצרים, אין פייער וואס האט פארברענט די מקטירי הקטורת.

אין מדרש ווערט געברענגט אז נתנאל בן צוער איז געווען אן אויסערגעווענליכער תלמיד חכם, און ער ווערט דעריבער אנגערופן "מַלְכָּהּ של תורה"[9]. שבט יששכר איז געווען אויסגעצייכנט אין תורה, ווי עס שטייט ”וּמִבְּנֵי יִשָּׂשכָר יוֹדְעֵי בִינָה לַעִתִּים”[10], אבער אין גאנצן שבט איז קיינער נישט געווען אזוי גרויס ווי אים[11].

קרבנות הנשיאים

ווי דערציילט אין די מדרשים, איז נתנאל בן צוער געווען דער וואס האט געראטן אלע נשיאים צו מקריב זיין די קרבנות הנשיאים[12], אדער האט ער גע'עצה'ט געוויסע פרטים דערוועגן: מען זאל ברענגען די וועגענער[13], מען זאל מנדב זיין די "קערות כסף"[14], ער האט זיי געלערנט די כוונות און רמזים וואס זיי זאלן אינזין האבן ביי זייערע קרבנות[15], אדער האט ער זיי געראטן זיי זאלן אלע ברענגען די זעלבע קרבנות כדי זיי זאלן נישט צוקומען צו קנאה[16].

נתנאל איז געווען דער צווייטער מקריב צו זיין זיין קרבן, אום ב' ניסן אינעם צווייטן יאָר צו יציאת מצרים (ב'תמ"ט).

טראץ וואס ראובן איז געווען עלטער, האט יששכר אים געפעדערט, ווי דערציילט אין מדרש:

בא ראובן וערער, אמר די שקדמני יהודה למסעות, מקריב אני לתולדות, נזף בו משה ואמר לו, מפי הקודש נאמר לי להקריב למסעות שנאמר הקרב, אין הקרב אלא שנאמר לו מפי הקודש הקרב למסעות

נתנאל בן צוער האט זוכה געווען צו זיין דער צווייטער, ווייל ער איז געווען א בן תורה און ער האט געגעבן די עצה פאר די שבטים[13], און ווייל דער סדר איז אנגעגאנגען לויט וויאזוי מ'איז געגאנגען ביי די מסעות[17].

דער מדרש ערקלערט אז די קרבנות פון נתנאל האבן מרמז געווען קעגן די תורה און אירע חלקים[18].

טייל זאגן אז נתנאל בן צוער האט מקריב געווען נאך קרבנות וועלכע ווערן נישט דערמאנט, אנדערש ווי די אנדערע נשיאים[19].

זיין נאמען

א הסבר צו זיין נאמען און זיין טאטנ'ס נאמען שטייט אין מדרש:

למה נקרא שמו נתנאל? לפי שנתנו שבט יששכר לבם על התורה, שנתנה הא-ל לישראל על יד משה. בן צוער, שקבלו עליהם צער וטורח כל ישראל, שהיו שואלים להם ומשיבים להם, כמה דהוא אמר (דברי הימים א' יב, לג) 'וכל אחיהם על פיהם', ולכך נקרא נתנאל בן צוער.

זעט אויך

רעפערענצן

  1. במדבר א, טז
  2. מלבי"ם, במדבר א, טז
  3. רש"י, במדבר א, טז
  4. ספרי במדבר פיסקא מה, געברענגט אויך אין רש"י, במדבר ז, ב
  5. רבי יהונתן אייבשיץ, תפארת יהונתן, יאזעפאף תרל"ג
  6. במדבר י, טו
  7. במדבר רבה, פרשה ב', פסקה ז'
  8. במדבר רבה, פרשה י"ח, פסקה ג'; מדרש תנחומא באבער קרח ה. זעט אויך רש"י, במדבר טז, א
  9. במדבר רבה, פרשה י"ג, פסקה י"ז
  10. דברי הימים א' יב, לג
  11. מדרש אגדה (באבער) במדבר ז, יח. דער מדרש באטאנט אז דאס איז אנדערש ווי אנדערע נשיאים, וואס געוויסע אין זייער שבט זענען יא געווען אזוי גרויס ווי זיי. זעט אויך תוספות השלם אויף במדבר ב, ו, אז די נשיאים פון די דריי שבטים יששכר זבולון און ראובן זענען געווען באזונדער אויסגעצייכנט אין גדלות התורה, מער ווי די אנדערע נשיאים
  12. מדרש אגדה (באבער) במדבר ז, יח
  13. 13.0 13.1 ספרי זוטא, ז', יח
  14. במדבר רבה, פרשה י"ב, פסקה י"ז
  15. גור אריה אויף במדבר ז, יט
  16. חפץ חיים על התורה, פרשת נשא. זעט אבער ווייטער א דעה אז נתנאל האט געברענגט מער ווי די אנדערע נשיאים
  17. ילקוט שמעוני, פרשת נשא, רמז תשט"ו; רלב"ג
  18. במדבר רבה, פרשה י"ג, פסקה ט"ו
  19. רבי שמואל בן דוד אבן שהם, דער מעתיק פון מושב זקנים, אויף במדבר ז, יט