טעמע אין בלאט באַניצער שמועס:רושם רשימות

שווערמער (שמועסביישטייערונגען)

הערצליכן דאנק פאר'ן אנהייבן דעם דרעפט,

איך וויל באמערקן אז די אפטיילונג "פאפולערע ניקס" קען זיין פראבלאמאמאטיש, ווייל עס איז כמעט אוממעגליך צו טרעפן מקורות דערויף

למשל, דאס אז ליפא שמעלצער איז "פאפולער" כאטש וואס ער האט בלויז געשריבן דארט 7 תגובות, איז דיין פערספעקטיוו,

איך זאג נישט ס'נישט אמת, איך זאג נאר אז עס האט נישט קיין מקור.

א ניק וואס איז אקטיוו בעיקר אין בית המדרש דא"וו, וואלט מסתמא געמאכט אן אנדער ליסטע. ער וואלט מסתמא אריינגעווארפן א ווארט איבער זיידעניו למשל.

הכלל, עס איז זייער רעלאטיוו, און אויסער אויב דו טרעפט א גוטע באשרייבונג אנליין (אדער אפילו אפליין) וואס זאגט אזוי, איז כדאי זיך צו צוריק האלטן דערפון.

תנא קמא (שמועסביישטייערונגען)

איך בין זיך משתתף מיט'ן הערצליכן דאנק, כה לחי!

איך וואלט צוגעלייגט א קליינע הערה, אויב איך מעג. עס איז ראטזאם צו אוועקשטיין פון ליסטעס, און ארבעטן מער אויף פאראגראפן. ליסטעס זענען טאקע גרינגער, פארט שיילט זיך עס ארויס אפטמאל אלס ווייניגער ענציקלאפעדיש, איבריג לאנג, און ווי אויך א ליסטע פארלאנגט אז ער זאל זיין בשלימות, און נישט פארפעלן גארנישט, א זאך וואס איז נישט אייביג מעגליך אדער אפילו פאסיג.

איך באצי זיך למשל צו די ליסטע פון אייוועלט קאודס. ווי עס איז יעצט, איז עס נישט זייער ענציקלאפעדיש. וואס מ'קען אבער טון איז, מ'קען זיי אריינשמעלצן איבער דעם גאנצן ארטיקל, ווי למשל וועגן גילוי שטייט דאך שוין אויבן. און די איבריגע וואס מ'האט נישט געקאווערט קען מען מאכן אין א פאראגראף, וועט עס אויסקוקן פיל מער ענציקלאפעדיש. מיט האפענונג אויף פארשטאנד...

און נאכאמאל, א דאנק אייך!

רושם רשימות (שמועסביישטייערונגען)

יישר כח פאר אייערע הערות, און אייער דאנק איז וואויל אפרישיעטעד.

די פאפולערע ניקס האב איך אראפגענומען, הגם אז עס וועט אמאל אריינקומען א געדאנק וויאזוי צו אריינלייגן אינטערעסאנטע פאקטן, קען מען עס אלעמאל צולייגן.

בנוגע ליסטעס, לאמיר פרעגן, וואס וואלט געווען מיט א טאוול (טבלא)? דאס איז מער ענציקלאפידיש, אבער דער חלק פון זארג איבער פארפעלן איז ווייטער דא.

שווערמער (שמועסביישטייערונגען)

אסאך אינטאסאנטע אנקדאטן אד"ג קען מען באשרייבן (מיט מקורות) אין א קאפיטל מיטן נאמען "אויפנאמע" "אויסנאמע", וכדו.'

איך וואלט דארט למש געשריבן אז אז אליעזר קרויס פירט זיך אויסצודעבאטירן זיינע דרשות אויף אייוועלט, און אז ליפא האט אדרעסירט דעם עולם אד"ג.

אבער קודם זאל די עיקר זיין גרייט.