טעמע אין בלאט באַניצער שמועס:שווערמער

למאי נ"מ (שמועסביישטייערונגען)

וואס הערט זיך הרב שווערמער, ס'איז אזוי אנגענעם צו ארבעטן צוזאמען מיט אייך.

איך האב נאר געוואלט פרעגן בקשר לעריכה זו, עס שטייט דאך אז עס האט נישט קיין מקור, איר ווילט א מקור אויף דעם אז עס האט נישט קיין מקור?! אתמהה.

שווערמער (שמועסביישטייערונגען)

איך פארשטיי באמת נישט דיין פראגע: אויב האט עס נישט קיין מקור וועם איז איינגעפאלן עס צו שרייבן דא?

אלא מאי, ס'האט יא. נאר יענע מקור איז שוואך. וואס איך זוך איז: א. דער שוואכע מקור. ב. א מקור אז יענער איז שוואך.

מובן?

למאי נ"מ (שמועסביישטייערונגען)

איך וועל אייך מסביר זיין: איך ווייס נישט אוואו אויף די וועלט איר געפונט זיך, אבער אין ירושלים ווייסט יעדער איינער אז פאר י"א חשוון דרייט זיך איבער די שטאט און עס הענגט צעטלעך אין אלע גאסן "עולו ואתכנשו להילולא דבנימין בן יעקב ברח' שטראוס", און יענער קערט איבער אז די קבר פון בנימין איז דארט אוואו ס'איז אמאל געווען א אראבישע דז'אמע. עכ"פ ווען מען שרייבט "דאס האט נישט קיין מקור" מיינט מען נישט צו זאגן אז מען טרעפט נישט קיין מקור, נאר אז די גאנצע מעשה הייבט זיך אן פון די לעצטע פאר יאר, און קיינער פון די פריערדיגע צייכנט נישט דעם פלאץ אלס קבר בנימין.


אויב ווילט איר עפעס א שוואכע מקור: דער רבי פון פוריסוב און המקובל ר' אביש ציינווירט שטימען מיט אז דארט איז טאקע די קבר (ס'איז געשטאנען ביז לעצטנס אין העברי).

שווערמער (שמועסביישטייערונגען)

בתוך עמי-ריקא אנוכי יושבת.

אויב איז עס טאקע אזוי באקאנט ווי אז פאריז איז דער הויפטשטאט פון פראנקרייך, דאן קענסטו עס לאזן אנע מקור.

לגבי דער צווייטער חלק איז ראטזאם צו האבן עפעס א געשריבענע צעטל אינדרויסן פון א פארום - אויב מעגליך.

עברי אנכי (שמועסביישטייערונגען)

פארהאן א פארברייטערטע שמועס דערוועגן אויף אייוועלט, גראדע דא דארט א הכחשה פון בן האדמו"ר מפוריסוב איבער זיין טאטע'ס הסכמה. ועיי"ש. עברי אנכי (שמועס) 15:30, 21 נאוועמבער 2023 (UTC)

למאי נ"מ (שמועסביישטייערונגען)

נו, איז די מקור נאר נאך שוואכער.