טעמע אין בלאט שמועס:רבי יצחק פון דראהאביטש

האט'ס אמונה (שמועסביישטייערונגען)

פארוואס שטייט אזוי זלאטשוב, אין צייט וואס אין די ארטיקל וואס צו דארט איז דאס געבינדן, שטייט זלאטשאוו, וואס סאיז לכאורה מער ריכטיג אידיש געשריבן?

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

לויט די אידישע אויסלייג כללים איז לכאורה טאקע ריכטיגער זלאטשאוו, אבער למעשה האבן היימישע אידן געשריבן די אלע שטעט מיט -וב, ווי בארדיטשוב, באבוב, דזשיקוב, און נאך אסאך.

ווען מען וועט זיך נעמען שרייבן די ארטיקלען אין מרחב ראשי וועט מען אפשר מער דן זיין, אבער אויף דערווייל איז אנגענומען געווארן אז די היימישע אויסלייג איז דער עיקר, און העכסטענס קען זיין א הפניה אויך פון -אוו, וואו עס פעלט אויס.

האט'ס אמונה (שמועסביישטייערונגען)

ווייל ווי צוגעצייכנט ביי די ארטיקל אויך אים אליין שטייט יא -אוו, און אזוי אויך גלייב איך אז מ'וועט שרייבן ווען סוועט קומען צו די ארטיקלען אויפן שטאט אליין.