צמא לדעת אידיש געשריבן מיט העבריעיש'ע כללים? פארוואס ווערט מען געפרעגט יעדן מאל צו "פובליצירט" און נישט "פאבליצירט"?
טעמע אין בלאט באַניצער שמועס:האט'ס אמונה
נישט מיט העברעאישע כללים, אבער אויך אזוי זענען געוויסע זאכן אינטערעסאנט
א ו' מאכט צומאל דעם זעלבן קלאנג אין אידיש ווי דאס וואס מען ניצט געווענליך אן א'. "פובליצירט" איז פון זעלבן שורש ווי פובליקאציע און פובליק, וועלכע ווערן געווענליך געשריבן אזוי און נישט מיט אן א'.
מסתמא, אין ריכטיגן גערעדטן אידיש, זאגט מען עס אויך ארויס ווי א ליטווישע מלאפום.
באמת, מאן יימר אז מדארף נישט שרייבן פאבליקאציע וכד'? איך מיין אז איך וואלט אטאמאטיש יא געשריבן אזוי, אגב שיטפא פון געווענליכע ווערטער אויף אידיש.
גרשון האט אמאל צוגעצייכנט צו דעם זייטל, וואו מ'קען זוכן דעם טעקסט פון אידישע ביכער. "פובליקאציע" טרעפט דארט נאנט צו 600 רעזולטאטן; "פאבליקאציע" בלויז איין (מעגליך א פשוטע טעות הדפוס).
גראדע, "פאבליק" טרעפט מען דארט מער ווי "פובליק".
פובליק (און רעפובליק) איז שוין טאקע מער א נידון, דאס וועל איך לאזן פאר אנדערע.
ס'דארף לכאורה זיין איינהייטליך. אז מ'קוקט טיפער אין די "פאבליק" דוגמאות דארט, זעט מען אז ס'איז טראנסליטעראציעס פון ענגליש, ווי "פאבליק סקול", ממילא איז עס נישט צו א שטארקע ראיה.
סתם אזוי, ס'איז זייער א גוטע און נוצבארע זאך די קעסטל פון "לעצט באזוכטע בלעטער" וואס קומט ארויף דא אין המכלול, אשאד (טאקע א שאלה פארוואס) אז אין העברי איז דאס נישט פארביי!
דאס קומט דורך אן הרחבה וואס מ'האט דא באזונדער אינסטאלירט. מעגליך אז איר קענט בעטן אויך אויף העברי אז זיי זאלן צושטעלן דעם "JSBreadCrumbs" הרחבה.
עס איז גוט צו הערן אז איר האט הנאה דערפון, א דאנק! און סיי וועלכע אנדערע זאך וואס קען אייך צונוצוקומען, אלס שרייבער אדער אלס ליינער, ווארטן מיר צו הערן.
אגב, איר קענט אנשטעלן פארשידענע זאכן בשייכות צו דעם פונקציע (ווי למשל וויפיל לעצטע בלעטער עס זאל צייגן, וואס קען זיין מער אדער ווייניגער ווי די געווענליכע 5). גייט צו די אויסזען פרעפערענצן, ביים "שפורן" אפטיילונג.