טעמע אין בלאט באַניצער שמועס:תכלית

אה, אנגעקומען צום תכלית!

21
נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)
שלום עליכם תכליתי, ברוך בואכם צום אידישער המכלול!
כדי אייך צו העלפן אנשליסן אינעם געזעלשאפט פון שרייבער אויף המכלול, קענט איר:
פאר מער הילף
הילף בלעטער
בעט ראַט
פּרינציפּן און ריכטליניעס
אויפפירונג צווישן די מכלולאים אין שמועס בלעטער

בברכה,

תכלית (שמועסביישטייערונגען)

איך פארשטיי נישט ווי אזוי קומט מען אן צו דא?

וואס שרריבט מען אין גוגל?

נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)

אויף אימעיל, וואלט איך אפשר געהאט מער פלאץ אויסצושמועסן (דא רעדן מיר דאך נאר "תכלית'דיג")...

דאס איז https://yi.hamichlol.org.il/ - באקענט אייך אביסל מיטן פלאץ און מאכט אייך באקוועם!

תכלית (שמועסביישטייערונגען)

האסט אבער נישט מסביר געווען ווי אזוי, קיין אימייל האב איך נישט.

נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)

לאמיר אייך פרעגן אנדערש: וויאזוי קומט איר אן צו המכלול העברי?

תכלית (שמועסביישטייערונגען)

איך שרייב אין גוגל "המכלול"

נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)

גוט, קענסט שרייבן אין גוגל: "הויפט המכלול" - און וועסט (ווארשיינליך) אנקומען צום אידישן.

אויב נוצסטו אן אייגענעם קאמפיוטער (נישט אין קיאסק), איז פארהאן נאך פשוט'ערע וועגן...

תכלית (שמועסביישטייערונגען)

וועלעכע וועגן?

נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)

קענסט אריינלייגן אויבן (נישט אינעם זוכקעסטל, נאר אינגאנצן אויבן) א Y, דערנאך א I, ביז ס'וועט אליין ארויפקומען די איבריגע (גוגל "געדענקט" פון פריערדיגן מאל...).

אזוי אויך, קענסטו יעצט דרוקן Ctrl צוזאמען מיטן D קנעפל - און פארצייכענען די אדרעס אלס "בוקמרק".

תכלית (שמועסביישטייערונגען)
צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

אינגאנצן גראמאטיש אויסגעהאלטן איז "תכלית'דיג"; איז דאס וואס איר ווילט?

תכלית (שמועסביישטייערונגען)

איך האב נישט פארשטאנען, עס איז דא א פרהאבלעם דערמיט?

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

קיין שום פראבלעם, כ'האב נאר געוואלט זיכער מאכן איידערן אויספירן. (מערקט אז כ'האב צוגעלייגט א שטרעכל: "תכלית'דיג").

תכלית (שמועסביישטייערונגען)

יעצט כאף איך אז קען זיין א פראהבלעם אז סאיז צו לאנג, אבער דער יעצטיגע נאמען פאסט נישט פארן יידישן שפראך, האסט א עצה?

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

די לענג איז אינגאנצן נישט קיין פראבלעם, מיר האבן דא לענגערע נעמען... איך האב נאר געוואלט זיכער מאכן צי כ'זאל אריינשטעלן א שטרעכל (') צווישן "תכלית" און "דיג", כדי צו שטימען אינגאנצן מיטן אידישן שפראך.

תכלית (שמועסביישטייערונגען)
תכלית (שמועסביישטייערונגען)

ניין, בעסער טויש אויף "תכלעס". סאיז ריכטיג געשריבן?

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

אויף אידיש שרייבט מען עס אויך "תכלית", ווי אין לה"ק.

אין "סלענג" שפראך שרייבט מען עס צומאל אנדערש, אבער כ'בין אליין נישט זיכער וויאזוי...

תכלית (שמועסביישטייערונגען)

איז טויש אויף "תכלית". שוין גענוג.

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

אויסגעפירט אויסגעפירט בעז"ה.

תכלית (שמועסביישטייערונגען)