וי אזוי ווייסטו אז איך קען דעם אידישן שפראך?
טעמע אין בלאט באַניצער שמועס:נייטראלער
וואס האט דאס צום תכלית?...
גאר אינטערסאנט צו וויסן
כ'ווייס נאכנישט... כ'ווייס אבער יא אז ביסט ענערגיש, פלייסיג און האסט א געשמאק צו די עניינים.
דאס איז אלץ וואס נוגע דא!
האבער איך קען נישט גוט שרייבין אין יידיש, איך קען ממש שוואך
בסדר גמור. כ'שטעל מיך א פאר (לויט די נושאים וואס איר זענט פאראינטערעסירט אין המכלול העברי) אז איר ליינט יא א גוטן אידיש. איז קוקט אייך ארום וואס און וויאזוי איר קענט צוהעלפן און כ'גלייב איר וועט טרעפן אסאך...
אינעם המכלול:רייניגונג פראיעקט, דארף מען ממש נישט קענען שרייבן אידיש; און אפילו אויף צום שרייבן נייע ערכים, וואלט איך מיך זייער געפרייט טאמער איר פרובירט יא צו שרייבן, לויט אייערע מעגליכקייטן, און מיר וועלן שוין צופוצן די שפראך... אל תדאג...
נישטא קיין וועג צו מתרגם זיין אלע ערכים פון דעם איברעיישן מכלול?
אוודאי אזוי! אט-דאס איז דער וועג!
די געלונגענע, ענערגישע מכלולאים טייטשן איבער די ערכים איינער נאכן אנדערן (קענסט נאך זיין פון די עשרה ראשונים)!
און ערנסט גערעדט, פאר דער זעלבער סיבה פארוואס ס'נישט פארהאן קיין ערנסטע וויקיפעדיע אין אידיש, איז נישט פארהאן קיין מעגליכקייט איבערצוטייטשן "אויטאמאטיש" די העברעאישע ערכים...
אוי!, סאיז דאך נורא שווער. יאך האב נישט קיין כח צו דעם!
הכל כרצונך הטוב.
איך שפיר א שטיקל ייאוש, זעייענדיג דו ליידיגע מכלול, איך מיין אז איך וועל דא קומען שפעטער אין א תקופה ווען איך וויל זעהן אז סאיז בעסער, מיין טבע איז אז איך קען נישט אונהייבן אליינס, איך דארף א מצב ארום!
עס איז נישט אזוי ליידיג ווי עס קוקט אייך אויס; זונטאג איז אלעמאל שטילער...
אבער למען האמת איז טאקע נישט אזוי פול ווי איר וואלט געוויס געוואלט. די עצה דערצו איז נישט אוועקצוגיין, נאר עפעס טון דא - אפילו בלויז עטליכע מינוט א טאג! ווי שווער קען עס דען שוין זיין?
באניצער זענען ווי שניי-ברעקלעך; יעדער וואס געפינט זיך דא, ברענגט צו אז פרישע זאלן זיך גרינגער אנקלעבן און בלייבן.
למשל, איך האב געשריבן עטליכע ערכים אין מכלול, אין איך וויל דאס ברענגען דא, איך דארף איבער שרייבן ווארט בייי וארט אויף יידיש?
אויב איז אייך גרינגער, קענט איר דא שרייבן א קיצור, און אנדערע וועלן שוין משפר זיין דעם שפראך און פארברייטערן די ערכים.
ווער ווייסט, מעגליך אז בקרוב וועט איר נאך פארברייטערן אייערע ערכים אויף המכלול העברי לויט די הוספות וואס זיי האבן צובאקומען דאהי!