ווי אזוי מאך איך א לינק צו א געוויסע פלאץ אין די יארן, אנדעם וואס עס זאל זיך עפענען אין א פרישע טעב?
טעמע אין בלאט באַניצער שמועס:תנא קמא/פלוס תשפ"ג
לעשט אויס ביי טשאטשקעס "פתיחת קישורים חיצוניים בכרטיסייה חדשה".
ביי מיר האט דאס אויבנדערמאנטע נישט געארבעט. אפשר פרוביר מיט @צמא לדעת.
נישט פארשטאנען די פראגע.
איך וויל מאכן א לינק צו א געוויסע בלאט אין די אומבאקוקט קאטעגאריע.
דאס האב איך געקענט טון נאר מיט קאפיען דער URL פון אויבן און מאכן א דרויסנדע לינק. עס עפנט זיך אבער אויף אין א נייע טעב.
פארשטאנת?
אה.
חוץ פון אויסלעשן די אויבנדערמאנטע טשאטשקע, דארפט איר אויך אנשטעלן אייער בראוזער אז עס זאל עפענען דרויסנדיגע לינקס אינעם זעלבן טעב. למשל, אויב נוצט איר גוגל קראום, קענט איר אינסטאלירן דעם עקסטענשאן, און אויב נוצט איר פייערפאקס, זעט דא וויאזוי צו טוישן דעם פרעפערענץ.
(די טשאטשקע הנ"ל איז געמאכט צו צווינגען דעם בראוזער עס זאל עפענען דרויסנדיגע לינקס אין נייע טעבס, אבער למעשה עפענען סייווי די בראוזערס דרויסנדיגע לינקס אין נייע טעבס, ווייל דאס שפארט זיי ארבעט, און מ'דארף זיי צווינגען אויף פארקערט).
אדער, אויב איז עס דיר גענוג וויכטיג אבער דו ווילסט נישט טוישן דעם בראוזער פאר דרויסנדיגע לינקס בכלל, קען איך אפשר שפעטער שרייבן א סקריפט וואס זאל זיכער מאכן בלויז אז "דרויסנדיגע" לינקס צו המכלול עפענען זיך אין זעלבן טעב.
אדער קענט איר פשוט אריינשלעפן אדער קאפירן דעם לינק צום פענסטערל אויבן, וועט זיך עס עפענען בו במקום.
ווייסט איר וואס, שוין געשריבן דעם סקריפט.
לייגט צו
importScript('באַניצער:צמא לדעת/sametab.js');
צו אייער סקריפט בלאט. איר דארפט נישט אויסלעשן דעם טשאטשקע הנ"ל און אוודאי גארנישט טוישן מיט אייער בראוזער. בלויז "דרויסנדיגע" לינקס צו אונזער המכלול וועלן געעפנט ווערן אינעם זעלבן טעב.
ארבעט ניכט...
דאס איז געווען ווייל די "קישורים שלי" ווערן באהאנדלט באזונדער פונעם תוכן אויפ'ן בלאט. יעצט דארף עס שוין צו ארבעטן אויף ביידע אפטיילונגען.
ביי מיר ארבעט נאכאלץ נישט,
ביי דיר יא?
ניין, אין די קישורים שלי, עפנט זיך עס אין א נייע טעב.
געטראפן דעם באג, ווי אויך פארוואס ביי מיר האט עס (צומאל) יא געארבעט...
די מעשה איז אז די "קישורים שלי" זענען פויל, און זיי זענען צומאל נאר ארויפגעקומען אויפ'ן בלאט ווען דער סקריפט האט שוין געענדיגט איר פעולה, וממילא זענען זיי נישט געטוישט געווארן למפרע.
כ'האב יעצט צוגעלייגט אז דער סקריפט זאל ווארטן דריי סעקונדעס איידער עס נעמט זיך צו דער ארבעט. ביי מיר איז עס אלעמאל גענוג צו טוישן אויך די קישורים שלי, אבער אויב פעלט אויס מער צייט קען מען צופאסן דעם סקריפט.
פון די אנדערע זייט, פארשטייט זיך אז אין די ערשטע דריי סעקונדעס וועלן זיך אלע דרויסנדיגע לינקס עפענען אין א נייע טעב (נישט נאר די וועלכע זענען אין "קישורים שלי"). אויב איז דריי סעקונדעס צופיל צו ווארטן, קען מען דאס אויך צופאסן...
און אויב זענט איר זיכער אז "קישורים שלי" האט זיך געלאודט איידער די דריי סעקונדעס זענען פארביי, איר האט געווארט דריי סעקונדעס דערנאך, און טראץ דעם אלעם ארבעט עס נישט, דאן זייט מודיע.
whatever
ארבעט, הערצליכע דאנק!