טעמע אין בלאט באַניצער שמועס:יואל ווייס

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

גרויסע געשעענישן שפילן זיך אפ אויפ'ן אידישן המכלול, און יואל ווייס איז נישט דאהי? וויאזוי איז דאס מעגליך?!

מיר גרייטן זיך אנצוהייבן שרייבן פרישע ארטיקלען אין א מזל'דיגע שעה, און מיר האפן אז איר וועט קענען שפילן דערין אן אקטיווע ראלע, ובפרט אין איבערקוקן און אריבערפירן דרעפטס.

אויף דערווייל, וואלט געווען א געוואלדיגע זאך אויב איר קענט זיך אונטערנעמען א געוויסע צאל ארטיקלען, צום ווייניגסטענס, וואס איר וועט באקוקן יעדן טאג, און עס שרייבן אינעם באשטימטן בלאט.

עס דארף נישט זיין קיין סאך (אפילו איין איז אן א שיעור בעסער ווי גארנישט); דער עיקר איז די קביעות, ופרוטה לפרוטה מצטרפת.

א דאנק!

יואל ווייס (שמועסביישטייערונגען)

קודם שכוייח פארן זיך אינטרעסירן.

כ'בין פשוט אביסל ביזי אין די טעג וואלט נישט געווען מעגליך זיך אונטער צונעמען אפעס פאר יעדן טאג.

מיט האפנונג פאר ווייניגער ביזי צייטן.

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

מיר האלטן שוין אסאך ווייטער ווי דעם ב"ה...

אונזער דגש איז שוין נישט אויף באקוקן, וואס האלט שוין ממש ביים ענדיגן, נאר אויף שרייבן פרישע דרעפטס (טיוטות) און זיי אריבערפירן צום הויפט געביט.

איר קענט לכאורה אסאך ארויסהעלפן אויך מיט וויפיל צייט עס מאכט זיך אייך סיי ווען, להקל העבודה אויף נייטראלער.

יואל ווייס (שמועסביישטייערונגען)

אגב, פארוואס איז נאכנישט דא א קאטגאריע פאר די דרעפטס?

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

איר מיינט א געביט (מרחב שם)? איז יא דא, עס הייסט נאר פשוט "דרעפט"...

בלעטער אין דרעפט געביט.

יואל ווייס (שמועסביישטייערונגען)

ניין, איך מיין א קאטעגאריע: [[קאטעגאריע:דרעפטס]]

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

טאקע א געדאנק! (דער אויפטו איז כולל צו זיין אויך דרעפטס אין באניצער געביט, ריכטיג?)

כ'ווייס נישט פארוואס כ'האב עס קיינמאל פריער נישט אויפגעפאסט אויף המכלול העברי, אבער מ'קען עס טאקע איינפירן אויך ביי אונז.

יואל ווייס (שמועסביישטייערונגען)

בימי חורפי אין המכלול פלעג איך אסאך ארבייטן אויף די פולע דרעפטס וואס זענען געווען אין די קאטעגאריע, און ב"ה רבים וטובים האט מען מעלה געווען לדרגת שיינע ארטיקלן.