דרעפט:ברכות יצחק

יצחק איז פארעלטערט געווארן און שווער געקענט זען. פסח ביינאכט האט ער גערופן עשו און אים געבעטן צו פאנגען און צורישן עסן ווי ער גלייכט, און ער וועט אים דאן בענטשן איידער'ן שטארבן. רבקה, זייענדיג א נביאה[1] און הערנדיג שטענדיג אלעס וואס יצחק רעדט[2], האט איבערדערציילט יצחק'ס ווערטער פאר יעקב, און אים געזאגט: "בני הלילה הזה אוצרות טללים נפתחים בו, העליונים אומרין שירה, הלילה הזה עתידין בניך להגאל מיד שעבוד, הלילה הזה עתידין לומר שירה", און זי האט אים באפוילן צו ברענגען צוויי ציגן וואס יצחק האט איר אריינגעשריבן אין די כתובה אלס טעגליכע מתנה[3]. זי האט זיי צוגעגרייט אזויווי יצחק האט ליב. נאך וואס יעקב האט אויסגעדרוקט זארג אז יצחק וועט אויפכאפן אז ער איז נישט עשו דורכ'ן טאפן זיינע הענט און ער קען נאך באקומען א קללה אנשטאט א ברכה, האט אים רבקה געזאגט אז זי נעמט אויף זיך די קללה, פונקט ווי גא־ט האט געשאלטן די ערד, אדם'ס מוטער, פאר אדם'ס זינד[4]. זי האט אנגעטון פאר יעקב עשו'ס קליידער, און ארויפגעלייגט דעם פעל פון די ציגן אויף זיינע הענט און האלז אז זיי זאלן זיין האריג ווי עשו'ס, און אים געשיקט מיט די גוטע שפייז און ברויט צו יצחק. יעקב האט זיך אנגעגעבן אלס עשו, אהינגעגעבן דאס עסן און געבעטן די ברכות. יצחק האט געגעסן און געטרינקען און געגעבן די ברכות פאר יעקב.

ווי נאר יעקב איז ארויס, איז עשו צוריקגעקומען פון יאגד מיט שפייז פאר יצחק. זעענדיג וואס האט פאסירט האט ער אויסגעבראכן אין א געוויין, און ארויסבאקומען א ברכה פון יצחק. ער איז אבער נישט געווען צופרידן און ער האט געוועבט פלענער צו הרג'ענען יעקב פארן נעמען די ברכות. רבקה האט באפוילן יעקב צו אנטלויפן צו איר ברודער לבן אין חרן פאר א שטיק צייט, ביז עשו בארואיגט זיך און פארגעסט דערפון[5]. מיט קלוגשאפט האט זי געזאגט פאר יצחק אז זי וויל אוועקשיקן יעקב'ן כדי ער זאל טרעפן א כלה נישט פון די לאקאלע חת מוידן, וויבאלד זי קען זיי נישט דערליידן[6].

רבקה האט געטון דעם שפיל נישט נאר וויבאלד זי האט ליב געהאט יעקב מער ווי עשו, נאר אויך כדי צו אפהאלטן איר מאן פון מצדיק זיין א רשע[7], און כאטש וואס זי האט אנערקענט אז עשו איז דער גרויסער זון און יעקב דער קליינער[8]. עשו האט שפעטער גענומען חת'ישע ווייבער, וועלכע זענען נישט געפאָלן פאר יצחק און דערנאך אויך פאר רבקה, ווייל אין אנהייב איז זי נאך געווען צוגעוואוינט צו טינופת עבודה זרה פון איר טאטן'ס הויז[9].

צייט



דער קאזניצער מגיד האט געזאגט אין פויליש אז ס'וואלט בעסער געווען ווען רבקה מישט זיך נישט אריין יצחק'ס ענינים[13].

רעפערענצן