איבער דעם שמועס בלאט

לא ניתן לעריכה

אחד יחיד (שמועסביישטייערונגען)

אקטיווע מכלולאים און בעיקר צמא לדעת און תנא קמא

מען דארף עפעס א גוטע פראיעקט צו קענען ארבעטן און צו געבן צו די חשובע מפעל המכלול אויף אידיש

ווער עס האט א געדאנק זאל ביטע זאגן

אחד יחיד (שמועסביישטייערונגען)

צמא לדעת תנא קמא איך האב געזען אין 'המכלול העברי' אז אין דער 'עמוד ראשי' איז שוין דא א לינק צו די הויפט בלאט אויף אידיש. מען גייט יעצט 'מקשר' זיין דארטן אלע בלעטער צו דא? (ארטיקלען וואס זענען גרייט למשל מתנות לאביונים אדער פיר תקופות). און א קליין הערה, עס שטייט דארטן 'יידיש' און נישט 'אידיש'. לדעתי דארף מען האס בייטן.

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

דער פלאן איז בעז"ה צו פארבינדן דארטן צו אלע גרייטע ארטיקלען דאהי, במשך הזמן. לדעתי איז אבער די צייט נאכנישט רייף צו פארבינדן אלע אזעלכע אויפאמאל, מיט א "שטורעם". ווען איר באגעגנט זיך מיט אן ארטיקל וואס איז באזונדער רייך ביי אונז, און איר האלט אז יעדער וואס זעט דעם ערך אויף העברי דארף וויסן אויך פון אונזערס, קענט איר עס צולייגן - אבער נישט אז "שינויים אחרונים" אויף העברי זאל ווערן אנגעפילט מיט די קישורים איינס נאכן צווייטן...

(אייער צווייטע הערה איז זייער ריכטיג. כ'האב שוין געשריבן דערוועגן צו די וואס קענען עס אנשטעלן אויף העברי, אבער עס איז נאכנישט אויסגעפירט געווארן משום מה).

אחד יחיד (שמועסביישטייערונגען)
צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

איבער די ערשטע הערה, די ערכים אויף העברי זענען שוין מקושר צו אונזערע ארטיקלען, ווען שייך. אויב טרעפט איר א פאל וואו דאס איז ארויסגעלאזט געווארן, קענט איר עס צולייגן (אבער כמובן נאר צו געהעריגע ארטיקלען, נישט צו דרעפט אדער רוי).

איבער די צווייטע, עס איז נישט תלוי אין מיר, אבער כ'האב נאכאמאל געשריבן צו די וועלכע קענען עס פאררעכטן אויף העברי.

אחד יחיד (שמועסביישטייערונגען)

איך האב בעיקר געמיינט די צוויטע הערה

לאחר שלשים יום אומר ברוך שהחיינו

1
צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)
העללאו אחד יחיד, ענד וועלקאם בעק צו המכלול!
אחד יחיד (שמועסביישטייערונגען)
צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

דורך אייער פלייסיגע און אומערמידליכע ארבעט!

אחד יחיד (שמועסביישטייערונגען)

האט האט!!

אחד יחיד (שמועסביישטייערונגען)


אקטיווע מכלולאים עס איז געבליבן די שווערע ארטיקלען. ווער עס קען דאס רייניגן תבא עליו ברכה

שווערמער (שמועסביישטייערונגען)

טעכניש איז מען פארטיג! מ ז ל ט ו ב !

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)
העללאו אחד יחיד, ענד וועלקאם בעק צו המכלול!
אחד יחיד (שמועסביישטייערונגען)

ת'נק יו...

אחד יחיד (שמועסביישטייערונגען)

אייב איך לייג צו די קאטעגאריע, איז איינער וואס איז נישט קיין אספקלריה רעדאקטארן קען זען די בלאט? (סאיז א נפקא מינה אייב איך קען אראפ נעמען די קאטעגאריע 'אומבקוקט')

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

א גוטע וואך,

א בלאט וואס איז נישט "אומבאקוקט" איז אפן פאר יעדן, אויך אויב עס "פאדערט צופאסונג". אויב דארף עס בלייבן פארשפארט, לאז עס אומבאקוקט.

ווי אלעמאל, א דאנק פאר דיין אומערמידליכע פלייס! אין די נאנטע טעג וועל איך בעז"ה אנקומען צו דיינע אנדערע הערות.

אחד יחיד (שמועסביישטייערונגען)

פארוואס ווען איך מאך א עריכה נישט אין קוד מקור און שפעטער וויל איך מאכן נאך א עריכה ווערט האס נישט ביי די לעצטע גירסה?

אחד יחיד (שמועסביישטייערונגען)
צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

איך האב נישט קלאר פארשטאנען אייער שאלה. איר מאכט אן עריכה אין וויזועלער רעדאגירער (חזותי), און נאך וואס איר היט דאס בלאט, ווען איר פרובירט נאכאמאל צו מאכן אן עריכה אין וויזועלער, קומט איר אן צו א פריערדיגע ווערסיע?

אחד יחיד (שמועסביישטייערונגען)

יא, עס שרייבט זיך א התראה אז די רעדאגירונג איז נישט ביי די לעצטע ווערסיע. בדרך כלל איז דאס ווען איך נעם אראפ אדער איך לייג צו א קאטעגאריע דוראך HotCat

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

מאדנע. קען זיין אז דער בלאט פרישט זיך נישט אויף נאך וואס איר טוישט א קאטעגאריע דורך HotCat?

פרובירט צו אויפפרישן דעם בלאט בעפאר איר רעדאגירט ווייטער. אפשר וועט דאס זיין א לעזונג.

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

איך האב אריבערגעפירט דעם ארטיקל וואס איר האט געשאפן, 51 (נומער), פון רוי געביט צום דרעפט געביט, וואס איז מער א בכבוד'יגע אכסניא... (רוי איז נאר פאר די בלעטער וואס מיר האבן גע'ירש'נט פון וויקיפעדיע, און וועט בעז"ה צוביסלעכווייז ווערן גערייניגט און אויסגעליידיגט).

אויב איר האט געענדיגט אייער ארבעט דערויף, קענט איר בעטן עס אריבערצופירן אלס געהעריגע ארטיקל, און מען וועט אנקומען דערצו בהמשך בעז"ה.

און א דאנק נאכאמאל פאר אייער שטענדיגע פלייס!

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)
שלום אחד יחיד, וברוך שובך למכלול!
אחד יחיד (שמועסביישטייערונגען)

פארוואס איז נישט מופיע באמיר די קנעפל 'בדוק מילים חשודות'?

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

תנא קמא, דאכט זיך אז דאס האט עפעס מיט דיר...

תנא קמא (שמועסביישטייערונגען)

זאלעך עס צוריקשטעלן? אדער קען מען עס צולייגן צו די "מיינע לינקס"?

אחד יחיד (שמועסביישטייערונגען)

איך טראכט אז עס וועט זיין גוט עפענען אזא קאטעגאריע, אשטאט מתייג זיין יעדן מאל. (דרך אגב, בין הזמנים וויס איך נישט וויפל איך וועל קענען ארבעטן דא)

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

וויאזוי אייך איז לייכטער... אז איר ווילט, קענט איר טאקע צולייגן [[קאטעגאריע:ספק חשוב]] צו יעדע אזא ארטיקל, און מען וועט בעז"ה איבערגיין פון צייט צו צייט די ארטיקלען אונטער דעם קאטעגאריע. (עס פעלט נישט אויס צו עפענען א קאטעגאריע בלאט דערפאר, וויבאלד ס'איז נאר א צייטווייליגע זאך. בלויז צולייגן אונטן פון יעדע אזא ארטיקל איז גענוג).

אסאך הצלחה סיי וואו איר גייט און וואס איר טוט אין די קומענדיגע טעג, און מיר ווארטן אויף אייער צוריקקער!