אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באַניצער:תנא קמא/יום שבת קודש הוא"

קיין רעדאגירונג באמערקונג
(געשאַפן בלאַט מיט '{{דעסקריפציע|פיוט פאר פרייטאג צונאכטס}} '''יוֹם שַׁבָּת קֹדֶשׁ הוּא''' איז א פיוט וואס מען זינגט ביי די קהילות פון אשכנז צווישן די זמירות שבת פון פרייטאג צונאכטס, דער נאמען פונעם מחבר איז "יהונתן".   ==מחבר און צייט== דער אידענטיטעט פונעם מחבר און זיין ציי...')
 
אין תקציר עריכה
 
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|פיוט פאר פרייטאג צונאכטס}}
'''יוֹם שַׁבָּת קֹדֶשׁ הוּא''' איז א [[פיוט]] וואס מען זינגט ביי די קהילות פון אשכנז צווישן די [[זמירות שבת]] פון פרייטאג צונאכטס, דער נאמען פונעם מחבר איז "יהונתן".
 
==מחבר און צייט==
דער אידענטיטעט פונעם מחבר און זיין צייט איז נישט באקאנט, אויסער דעם פאקט אז זיין נאמען איז געווען יהונתן, ווי ער האט דאס פארצייכנט אינעם [[אקראסטיך]]. דאס ערשטע מאל דער פיוט איז געדרוקט געווארן איז געווען אין א סדר זמירות און ברכת המזון געדרוקט אין פראג אין יאר ער"ה.
==אויסשטעל==
דער פיוט באשטייט פון ניין סטראפן, וואס יעדער פון זיי אנטהאלט זעקס סטאנצן. די גראמען זענען אויסגעשטעלט אויף א קונסטליכן אופן{{הערה|1={{היברובוקס|אברהם הכהן פון אנאניא|מטיב נגן|33314|page=6|מקום הוצאה=ווארשע|שנת הוצאה=תרל"ט|עמ=4–5}}.|שם=מטנ}}, די ערשטע דריי סטאנצן גראמען אינאיינעם, און אויך די לעצטע דריי סטאנצן. דער זעקסטער שורה איז צעטיילט אין דריי חלקים, און די ערשטע צוויי דערפון זענען אין א גראם (א,א,א; ב,ב, ג,ג,ב). ווי סטראפן הייבן זיך אן מיטן אקראסטיך פון דעם נאמען פונעם מחבר "יהונתן חזק".
==אינהאלט==
דער פיוט איז באזירט אויף פילע דרשות פון דער [[גמרא]] און מדרש וואס פארציילן איבער די שיינקייט פונעם שבת, און דאס גרויסקייט פון איר מכבד זיין. יעדער סטראַף רעדט פון א צווייטער מימרא:
{| class=""
{| class=""
|+  
|+  
שורה 165: שורה 154:


==דער ניינטער סטראף==
==דער ניינטער סטראף==
דער לעצטער סטראף איז א פערזענליכער אויסדרוק פונעם דיכטער. עס רימט אויס דעם ליד, זאגנדיג אז אנדערע קולות וועלן אויפהערן ווען די רים פון זיין פאעזיע וועט וואקסן, ווייל זיינע פאעזיעס פליסן ארויס ווי טוי, און מען וועט אים נישט משיג גבול זיין. ער פירט אויס מיט א ווארנונג אז מען זאל און זיך נישט באנוצן מיט די קרוין פון פאעזיע, וואס איז אים צוגעטיילט געווארן און איז בלויז פּאסיג פאר אים. די לעצטע שורה פון "התקוששו" חזר'ט מען איבער צוויי מאל.  
דער לעצטער סטראף איז א פערזענליכער אויסדרוק פונעם דיכטער. עס רימט אויס דעם ליד, זאגנדיג אז אנדערע קולות וועלן אויפהערן ווען די רים פון זיין פאעזיע וועט וואקסן, ווייל זיינע פאעזיעס פליסן ארויס ווי טוי, און מען וועט אים נישט משיג גבול זיין. ער פירט אויס מיט א ווארנונג אז מען זאל און זיך נישט באנוצן מיט די קרוין פון פאעזיע, וואס איז אים צוגעטיילט געווארן און איז בלויז פּאסיג פאר אים. די לעצטע שורה פון "התקוששו" חזר'ט מען איבער צוויי מאל.
 
איבער דעם פשט פון דעם אויסערארנטליכן געדיכט, ווערט דערציילט אין נאמען פון [[רבי שלום רוקח]] פון בעלזא, אז דער מחבר פון דעם שיר האט דאס אפגעשריבן אויף א צעטל, און נאך איידער ער האט באוויזן צו ערגענצן דעם לעצטן בית איז דאס פארלוירן געווארן. א צווייטער איד האט דאס געפינען און איז ארומגעגאנגען אין שטעט דאס אפזינגען, און ער האט זיך בארימט מיט דעם שיינעם פיוט וואס ער האט אנגעבליך פארפאסט, ביז ער איז אנגעקומען צום שטאט פון רבי יהונתן, דער אמת'ער מחבר, וואס איז ערשטוינט געווארן צו הערן זיין פארלוירענעם ליד. ער האט באלד גענומען שרייען אז דאס איז זיינס און יענער איז א שווינדלער, און עס האט אויסגעבראכן א קריגעריי ווער עס איז גערעכט, ביז רבי יהונתן האט אים געפרעגט אויף וואס איז די אקראסטיך באזירט, און יענער האט נישט געוואוסט צו ענטפערן ווייל ס'איז נאכנישט געווען ערגענצט, האט רבי יהונתן ערקלערט אז דאס איז זיין נאמען "יהונתן חזק" און יעדער האט אים גערעכט געגעבן דערויף{{הערה|שם=מטנ}}.
 
אנדערע פארציילן די מעשה אז די פארזאמלטע האבן געזאגט, אז מען וועט אויספרובירן און זען ווער עס וועט קענען ערגענצן דעם פעלנדן סטראף, אז עס זאל פאסן לויטן געבוי פון פיוט, דאס איז א ראי' אז ער האט דאס געמאכט, און רבי יהונתן האט דאס שיין און פאסיג צוגעענדיגט, אריינגעבנדיג פאר יענעם. דאס שטימט מיט א גירסא פון כתב יד "בבית שירי יגדלון" - ווען איך וועל פארגרעסערן דעם לעצטן בית פאר מיין שיר{{הערה| נתן פערלמאן, קובץ '''בית אהרן וישראל''' [https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=13057&st=&pgnum=138 גליון קי (כסלו טבת תשס"ד)] זז' קלח–קמ, און גליון קיג זייט קנב{{מקור|נישט געפונען דארט}}.}}. געוויסע מפרשים טייטשן "יגדלון" א לשון פון פלעכטן די גראמען פאר'ן שיר{{הערה|סידור בית יעקב; עץ יוסף}}.
 
געוויסע מפרשים לערנען אנדערע פשטים אז ס'זאל אריינפאסן מיטן גאנצן פיוט. אז עס גייט ארויף אויף ביאת המשיח, ווען די קולות פון די גוים וועלן פארשטומט ווערן, און די אידן וועלן זינגען שירה, אדער אז עס גייט ארויף אויפ'ן סמבטיון וואס לאזט נאך פון זיינע קולות אום שבת אין די צייט וואס מען זינגט שירה{{הערה|סידור בית יעקב; לחם רב}}. איין מקור פארשטייט דעם סטראף אויך אלס א תפילה פון דעם פייטן צום אייבערשטן, אז אין זיין צייט זאל די אידישע גלויבן, וועלכע איז איידל ווי טוי, איבערקומען די קולות פון אלע קעגנער וועלכע זוכן צו פארניכטן עס{{הערה|חברוני, הפיוט והתפילה.}}.
 
==מנהגים==
עס איז פארפאסט געווארן א צאל ניגונים צוגעפאסט צו דעם ליד, און אויך איז פארהאן אין געוויסע קהילות א נוסח מיט וואס מען זינגט דעם פיוט.
 
אין טייל חסידישע הויפן פירט מען זיך צו אויסלאזן די ערשטע העלפט פונעם זמר און אנהייבן "תנו שבח ושירה". די טעם ווערט אנגעגעבן ווייל מען וויל נישט דערמאנען דעם שלעכטן מלאך וואס ווערט געברענגט אינעם דריטן סטראף{{הערה|ליקוטי מהרי"ח, סדר סעודת ליל שבת, ד"ה יום שבת.}}.
 
אין [[וויזשניץ (חסידות)|וויזשניץ]] פירט מען זיך צו זינגען דעם פיוט פון תנו שבח בלויז אויף שבת פרשת משפטים, און מען האט איבערגעזינגען די ווערטער "נפש כי נאנחה בא שבת בא מנוחה" מערערע מאל אין א צי. דער [[רבי ישראל האגער (אהבת ישראל)|אהבת ישראל]] האט דאס נישט געלאזט זינגען אין אן אנדערע וואך{{הערה|{{צ-ספר|מחבר=בעריש ויינברגר|שם=עדות ביהוסף|שנת הוצאה=תשס"ב|עמ=ס"ה}}.}}.
 
עס איז פארהאן א צאל ניגונים אויף ווערטער וואס ערשיינען אין דעם פיוט, צווישן זיי א באקאנטער ניגון אויף די ווערטער "שׁוֹמְרֵי מִצְוֹתֶיהָ ינְחָלוּ, לְיוֹם שֶׁכֻּלּוֹ, שַׁבָּת בְּצִבְאוֹתֶיהָ; זֶּה הָאוֹת אֲשֶׁר שָׂם אֵ-ל בֵּינוֹ וּבֵין בְּנֵי ישְׂרָאֵל", פארפאסט דורך א בעלזער חסיד יודל איינהארן{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://www.jyrics.com/lyrics/shomrei-mitzvoseha-שומרי-מצוותיה/|קעפל=שומרי מצוותיה|זייטל=jyrics}}.}}, און עטליכע ניגונים אויף די ווערטער "תְנוּ שֶׁבַח וְשִׁירָה, לָאֵ-ל אֲשֶׁר שַׁבָּת בָּרָא", אריינגערעכנט עטליכע ניגונים וואס מען זינגט אין באבוב{{הערה|{{אוצר החכמה|2=דער קדושת ציון פון באבוב|3=199366|page=413|מקום הוצאה=ברוקלין|שנת הוצאה=תשע"ג}}}}.
 
== דרויסנדיגע לינקס==
{{ויקיטקסט בשורה|יום שבת קדש הוא}}
* {{הפיוט והתפילה|499}}
* עידו חברוני, [https://www.nli.org.il/he/discover/music/jewish-music/piyut/articles/in-depth-look/piyut/yom-shabat-kodesh-hu יום שבת קודש הוא - עיון בפיוט] אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל
*{{דעת|2=daat/shabat/zmirot/lel-12.htm|3=יום שַׁבָּת קודֶשׁ הוּא}}
* {{יוטיוב|CV9S3IpAXew|שם=יום שבת קדש הוא - מודז'יץ|לענג=06:00|סוג=ניגון|ערוץ=הרב יצחק גינזבורג - Topic}}
* {{יוטיוב|TaC7JlKdBTw|שם=תנו שבח-באבוב|ערוץ=יוסף משה כהנא - Topic|סוג=ניגון|לענג=3:59}}
* {{יוטיוב|RWu9STNU5k8|שם=שומרי מצוותיה-בעלזא|ערוץ=יוסף משה כהנא - Topic|סוג=ניגון|לענג=6:22}}
* {{יוטיוב|Jom92JTX538|שם=תנו שבח|סוג=ניגון|לענג=04:16|ערוץ=Avraham Fried - Topic}}
* {{יוטיוב|UXVuKlfsKaU|שם=חוקותיה|סוג=ניגון|לענג=06:05|ערוץ=Mordechai Ben David - Topic}}
 
==רעפערענצן==
{{רעפערענצן}}
 
[[קאַטעגאָריע:שבת]]
[[קאַטעגאָריע:זמירות שבת]]
[[קאַטעגאָריע:ווערק פון אומבאקאנטע פארפאסער]]
[[he:יום שבת (פיוט)]]