אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "טרייענגל שירטוועיסט פאבריק פייער"

קיין רעדאגירונג באמערקונג
(תחינה)
אין תקציר עריכה
שורה 55: שורה 55:
בית־עולם "מאונט־ציון" בית עולם און מאונט ריטשמאנד בית עולם. אין מאונט ציון בית עולם איז אויפגעשטעלט געווארן א מצבה, וואָס פאַרנעמט 40 פוס די ברייט, מיט די נעמען פון אלע אומגעקומענע אין יענעם פייער. א דענקמאל איז אנטפלעקט געווארן אויפן ארט פון פייער אין 2023, מיט די נעמען אויף ענגליש, איטאליעניש און יידיש. די "רימעמבער די טרייענגל פייער קאאליציע" ארגאניזירט געשעענישן און אנדענק פראיעקטן.
בית־עולם "מאונט־ציון" בית עולם און מאונט ריטשמאנד בית עולם. אין מאונט ציון בית עולם איז אויפגעשטעלט געווארן א מצבה, וואָס פאַרנעמט 40 פוס די ברייט, מיט די נעמען פון אלע אומגעקומענע אין יענעם פייער. א דענקמאל איז אנטפלעקט געווארן אויפן ארט פון פייער אין 2023, מיט די נעמען אויף ענגליש, איטאליעניש און יידיש. די "רימעמבער די טרייענגל פייער קאאליציע" ארגאניזירט געשעענישן און אנדענק פראיעקטן.


יידישע דיכטער ווי מאריס ראזענפעלד, יהואש און אנדערע האבן אין לידער באוויינט די טראגישע געשעעניש. עס איז אפילו געשאפן געווארן א ספעציעלע תחינה אין וועלכער פרויען האבן מיט די ווערטער באוויינט די קרבנות:
יידישע דיכטער ווי מאריס ראזענפעלד, יהואש און אנדערע האבן אין לידער באוויינט די טראגישע געשעעניש. עס איז אפילו געשאפן געווארן א ספעציעלע תחינה אין וועלכער פרויען האבן באוויינט די קרבנות{{הערה|"[https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=nyp.33433109172068&seq=265 הזכרות נשמות פיר שרפות-אומגעקומענע]", '''ש"ס תחנה רב פנינים''', היברו פּאבלישינג, תרע"ו, ז' 255.}}.
 
די פילע אידישע קינדער וואס זיינען אומגעקומען אין שריפות אין די פאבריקן וואו זֵיי זַיינֶען פַארְבְּרֶענט גֶעוָוארֶען אָדֶער גֶעטוֹיטֶעט גֶעוָוארֶען שְׁפְּרִינְגֶענְדִיג דוּרְךְ דִי פענְסְטֶער , זֵיינֶען גֶעוויס נִיט גֶעוֶוען אַזוֹי זִינְדִיג אַז עֶס זָאל זֵייא קוּמֶען גֶעשטְרָאפְט צוּא וֶוערֶען מִיט דִיא שְׁרעקְלִיכְסְטֶע שְׁטְרָאפֶען סְקִילָה וּשְׁרֵפָה, זֵיי הָאבן דָאךְ דָארְט גֶעאַרְבַּעט מִיט בְּלוּטִיגֶן שְׁוִוייס און פַארְדִינְט אֵ כָּשֶׁר שְׁטִיקֶעל בְּרוֹיט. מַאנְכע יוּנְגֶע קִינְדֶער הָאבֶּן דָאךְ דָארְט גֶעהָארֶעוֶועט צו מְפַרְנֵס זַיין אַן אַלְטֶען טאטֶען, אֲ שְׁוואכע מַאמֶע אָדֶער קְלֵיינָע בְּרִידֶערְלַאךְ אוּן שְׁוֶועסְטֶערְלַאךְ, אוּן דִיזֶער זְכוּת אֲלֵיין האט זֵיי שוין גֶעדארְפָט בֵּיישְׁטֶיין , אַז זֵיי זָאלֶן נִיצוּל וֶוערן פוּן שְׁרעקְלִיכן טוֹיט אָבֶּער דָאס זיינֶען זֵייא אָפְגֶעקוּמֶען פאר דִיא זִינְד פון אוּנְז אֵלֶע , און דַארִיגֶער לַארְקֶען מִיר דָא מַזְכִּיר זִיין זֵייעֶרֶע הֵילִיגֶע נְשָׁמוֹת אוּן בֶּעטְען מיט גְרוֹיס הכְנָעָה, אַז זֵיי זָאלֶען אוּנְז פַארְצִיקֶען און פַארְגֶעגֶען און זֵיי זָאלֶען פון אוּנְז נִישְׁט מָאהְנֶען קיין דִין וְחֶשְׁבּוֹן דֶערְפַאר וָואס מִיר הָאבֶּען מִיט אוּנְזֶערְע זִינְד גֶערוֹיבְּט זֵייעֶרֶע לֶעבֶּענְס אוֹיף אזא שׁוֹדֶערְלִיכֶען אוֹפָן. אוּן דוּ, אֵל טוֹב וְסָלַח, זָאלסְט אוּנְז אוֹיךְ מְכַפֶּר זיין אֵלֶע אוּנְזֶערֶע חֲטָאִים אוּן קֵיינְער זָאל מֶעדְר נישְׁט גֶעשטראפט וֶוערֶען פַאר אוּנְזֶערֶע זִינְד. זָאלֶען שׁוֹן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, מֶעהְר אַזֶעלְנֶע אוּנְגְלִיקֶען נִיט טְרֶעפֶען און זאל אויף אלֶע אִידֶען מְקוּט וֶוערֶען דֶער פָּסוּק: כִּי תֵלֵךְ בְּמוֹ אֵשׁ לֹא תִכָּוֶה וְלֶהָבָה לֹא תִבְעַר בָּךְ", אַז דוּ וֶועסְט גֶעהְן אִין פַייעֶר וֶועסְטוּ נִיט פַארְסְמַאלְגֶעט וֶוערֶען און אַ פְלֵאם פַייעֶר וועט אִין דִיר נִיט בְּרֶענֶען. בָּרוּךְ אַתָּה, שׁוֹמֵעַ תְּפִלָה:{{הערה|"הזכרות נשמות פיר שרפות-אומגעקומענע", '''ש"ס תחנה רב פנינים''', היברו פּאבלישינג, תרע"ו}}


==ביבליאגראפיע==
==ביבליאגראפיע==