טרייענגל שירטוועיסט פאבריק פייער
די טרייענגל שירטוועיסט פאבריק פייער איז געווען א טראגישע אינדוסטריעלע קאטאסטראפע וואס האט פּאסירט אין ניו יארק סיטי שבת ויקהל-פקודי בייטאג, כ"ה אדר תרע"א (מערץ 25, 1911). אין דעם פייער זענען אומגעקומען 146 ארבעטער, מערסטנס יונגע אידישע און איטאליענישע אימיגראנטן, הויפּטזעכליך פרויען און מיידלעך. דער פייער, וועלכע ווערט פאררעכנט אלס איינע פון די גרעסטע אינדוסטריעלע קאטאסטראפעס אין דער היסטאריע פון ניו יארק סיטי, האט ארויסגעברענגט די שלעכטע ארבעטס-באדינגונגען און די פעלנדע זיכערהייט רעגולאציעס אין יענע צייטן, און האט געפירט צו וויכטיגע רעפארמען אין ארבעט און זיכערהייט געזעצן.
| דאטום: | כ"ה אדר תרע"א • מערץ 25 1911 |
|---|---|
| לאקאציע: | מאנהעטן • ניו יארק סיטי • ניו יארק |
הינטערגרונט
אין די אנהייב 1900ער יארן זענען "שוויצשעפּער" (sweatshops) פאבריקן געווען א געווענליכע ערשיינונג אין ניו יארק סיטי, ספעציעל אין די טענעמענט געביידעס פון לאוער מענהעטן, נאנט צום לאוער איסט סייד, וואס איז געווען א צענטער פון אידישן לעבן אין יענער צייט. די ארבעטער אין די פאבריקן זענען געווען מערסטנס יונגע אימיגראנט פרויען, אריינגערעכנט א גרויסע צאל אידישע און איטאליענע מיידלעך, וואס זענען אפט געווען די איינציגע אדער ערשטע מיטגלידער פון זייערע פאמיליעס וואס זענען געקומען קיין אמעריקע.
די טרייענגל שירטוועיסט קאמפּאני איז געווען א גרויסע קליידער־פאַבריק וואס האט פראדוצירט פרויען בלוזקעס, גערופן "שירטוועיסטס". די פאַבריק איז געווען לאָקאַליזירט אין די 8טע, 9טע און 10טע שטאק פון דעם אש געביידע (Asch Building; שפעטער באוואוסט אלס די בראון געביידע), 23–29 וואשינגטאן פּלעיס אין גרינוויטש ווילעדזש אין מאנהעטן. די רייכע אייגנטימער פון דער פאבריק זענען געווען מאַקס בלאַנק און אייזיק העריס. אין דער פאבריק האבן געארבעט ארום 500 ארבעטער, מערסטנס יונגע אימיגראנטן פרויען פון איטאליע און רוסלאנד, אסאך פון זיי אידישע פרויען און מיידלעך אין די יארן פון זעכצן ביז דריי און צוואנציג.
די ארבעטס־באדינגונגען אין דער פאבריק און אין דער גארמענט־אינדוסטריע בכלל אין יענער צייט זענען געווען שווער און אומזיכער. די ארבעטער האבן געארבעט לאנגע שעות, צום ביישפיל ניין שעה א טאג אין די וואכן און זיבן שעה שבת, פאר נידעריגע געהאלטן, צווישן 7 און 12 דאלאר א וואך. די אייגנטימער האבן פארגעצויגן צו איינשטעלן אימיגראנטן פרויען ווייל זיי האבן געארבעט פאר ווייניגער געלט און זענען געווען ווייניגער גרייט זיך צו ארגאניזירן אין א יוניאן. די פאבריק איז געווען באוואוסט פאר איר אנטי-יוניאן פאליסי.
פאר דעם פייער, אין 1909, איז פארגעקומען א סטרייק, "דער אויפשטאנד פון די 20,000" (Uprising of the 20,000), פאר בעסערע באדינגונגען, אבער די טרייענגל שירטוועיסט האט זיך אנטקעגנגעשטעלט. די סאניטארישע באדינגונגען זענען געווען ארעם. כאטש ס'איז געווען פארבאטן צו רויכערן אין דער פאבריק, איז דאס אבער פארגעקומען[1]. אין דער קליידער אינדוסטריע זענען געווען חשדות פון ארסאן פאר פארזיכערונג צוועקן, און בלאנק און האריס האבן געהאט פריערדיגע פייערן אין זייערע געשעפטן.
דער פייער
שבת נאכמיטאג, דעם 25טן מערץ 1911, ארום 4:40 נאכמיטאג, ווען אלע ארבייטער פון דער "טרייענגל" האבן שוין באלד געדארפט אהיים גיין פון דער ארבייט, האט אויסגעבראכן א שרעקליכער פייער אין פאבריק. עס האט אנגעהויבן אויף די אכטע שטאק און האט זיך שנעל פארשפרייט צו די ניינטע און צענטע שטאק. די פּונקטליכע סיבה איז א דעבאטע (ווארשיינליך אַן אוועקגעווארפן ציגארעטל, אבער מעגליך א מאשין מאטאר). די אנטלויף וועגן זענען געווען באגרעניצט; די טירן זענען געווען פארשפּארט כדי צו פארמיידן ארבעטער פון גיין אויף פּויזעס און פון גנב'ען[2]. איין פייער-עסקעיפּ איז צעפאלן. פיל ארבעטער האבן פרובירט צו אנטלויפן דורך די טרעפ און די פראכט-עלעוועיטערס, אבער דער פייער האט זיך צו שנעל פארשפרייט. אסאך ארבעטער זענען געשפרונגען פון די פענסטער אויף די הויכע שטאקן צו זייער טויט, כדי צו פארמיידן די פלאמען.
די פייערלעשער זענען געשווינד געקומען, אבער זייערע לייטערס האבן נישט געקענט דערגרייכן די העכסטע שטאקן פון די געביידע. די צאל פון די אומגעקומענע איז געווען 146 מענטשן (ערשט געמאלדן אלס 147): 123 פרויען און מיידלעך און 23 מענער.
נאכפאלגן
אסאך קרבנות זענען געווען פארברענט ביז אומדערקענבאר, און עס האט גענומען עטליכע טעג פאר פאמיליע מיטגלידער צו אידענטיפיצירן די קערפּערס. זעקס פון די קרבנות זענען ערשט אידענטיפיצירט געווארן אין 2011 דורך איינעם'ס פארשונגען; זיי זענען אלע באערדיגט געווארן אונטער א מאנומענט אין א ניו יארק סיטי בית החיים. וואכן נאכן פייער האט מען נאך געטראפן איברים[3].
עס איז פארגעקומען א מאסן לוויה, מיט הונדערטער טויזנטער וואס האבן מארשירט[4]. עס איז געווען א גרויסער טרויער אין דער שטאט. די "פארווערטס" רעדאקטאר אברהם קאהאן האט געשריבן אין זיין ארטיקל: "דער גאנצער קוואַרטאַל זיצט שבעה"[5].
די טראגעדיע האט געשאפן א גרויסע אויפברויז אין דער אידישער קהילה און אין דער גאנצער שטאט. עס זענען פארגעקומען גרויסע פראטעסטן און מיטינגען וואו מען האט געפאדערט רעפארמען אין די ארבעטס באדינגונגען און זיכערהייט אין פאבריקן[6].
באלד נאכ'ן פייער איז א רעליעף קאמיטע געגרינדעט געווארן דורך פארשידענע ארגאניזאציעס, אַריינגערעכנט די 'לעידיס וועיסט מעיקערס יוניאן', צו פארטיילן שטיצע פאר איבערלעבער און די משפחות פון קרבנות, ארבעטנדיג צוזאמען מיט די אמעריקאנער רויטער קרייץ[7].
טרייעל
נאך דער שרעקליכער פייער האבן זיך אנגעהויבן לעגאלע פּראצעדורן. די אידישע אייגנטימער, בלאנק און העריס, זענען געשטעלט געווארן צו א געריכט פאר באשילדיגונגען אין מערדעריי[8]. דער פּראצעס האט זיך אנגעהויבן דעם 4טן דעצעמבער 1911[9].
די פּראקורירונג האט געצילט צו אויפווייזן אז בלענק און העריס זענען שולדיג אין די טויטפאלן צוליב זייער פארנאכלעסיגונג, ספּעציפיש האבן זיי גע'טענה'ט אז די אייגנטימער האבן געוואוסט אז די אַרויסגאנג טירן זענען געווען פארשפּארט אין די ארבעט־שעה'ן. עדות, אריינגערעכנט די איבערלעבערין קעיט אלטערמאן, האבן געגעבן הארצרייסנדע עדות, שילדערנדיג ווי זיי האבן אנגעטראפן פארשפּארטע טירן ווען זיי האבן פּרובירט אנטלויפן פון די פלאמען[10]. אלטערמאן האט דערציילט ווי זי האט געזען מארגארעט שווארץ שטארבן ווייל א טיר צום טרעפּן־שטייג איז געווען אוממעגליך צו עפענען. אויך האבן די עדות דערציילט אז מען האט קיינמאל געהאט אין פאבריק קיין "פייער-דרילס"[11].
די פארטיידיגונג, געפירט דורך דער הויפּט אדוואקאט מאַקס סטויער, האט געארבעט צו אפּשוואכן די קרעדיביליטעט פון די עדות. זיי האבן גע'טענה'ט אז די פּראקורירונג האט נישט באוויזן אז די אייגנטימער האבן געוואוסט אז די טירן זענען געווען פארשפּארט אין דעם ספּעציפישן מאמענט פון דעם פייער, און אז טייל עדות קענען האבן איינגע'חזר'ט זייערע עדות[12].
דער ריכטער, טאָמאַס קרעין, האט אינסטרוקטירט די דזשורי אז כדי צו געפינען די באשולדיגטע שולדיג אין ערשטן־גראד אומפארזיכטיגע מאָרד, מוזן זיי זיין איבערצייגט אז די טיר איז געווען פארשפּארט אונטער אומשטענדן וואס האבן געפירט די אייגנטימער צו וויסן דערפון, און אז מארגארעט שווארץ איז געשטארבן א רעזולטאט דערפון.
דעם 27סטן דעצעמבער 1911 האט די דזשורי אנאנסירט איר ווערדיקט: נישט שולדיג פאר ביידע, בלענק און העריס, אויף די טשארדזשעס פאר אומפארזיכטיגע מארד. דער רעזולטאט האט ארויסגערופן א גרויסן כעס ביים פּובליק. טראץ איבערצייגנדע באווייזן פון דער פּראקורירונג און עדות, האט די זשורי ווי עס שיינט נישט געקענט קלאר באשליסן אז די אייגנטימער האבן געוויסט אז די ספּעציפישע טיר איז געווען פארשפּארט אין דעם פּונקטליכן מאָמענט פונעם פייער.
אבער זענען פרייגעשפראכן געווארן[13]. זיי האבן באקומען די אינשורענס געלט און האבן ווידער געעפנט א נייעם פאבריק אויף אַן אנדערן אדרעס. בלאנק איז צוויי יאר שפּעטער ווידער ארעסטירט געווארן פארן דארט אויך האלטן פארשלאסן די טירן[14]. אין 1913 האט דער בילדינג-אייגנטומער אַש געסעטלט און באצאלט פינף און זיבעציג דאלאר צו יעדן פון די דריי און צוואנציג פאמיליעס פון קרבנות וואס האבן געקלאגט[15]. קיינער איז קיינמאל נישט אויסגעשטאנען קיין ערנסטע קאנסעקווענצן פארן טויט פון די אלע ארבעטערס.
קאָנסעקווענצן און רעפארמען
דער פייער האט אנגעצונדן ברייטע פראטעסטן און פאדערונגען פאר בעסערע ארבעטס-באדינגונגען. דער ניו יארק סטעיט האט אויסגעפארשט די באדינגונגען אין די פאבריקן. די פאבריק אויספארשונג קאמיסיע (Factory Investigating Commission) איז געגרינדעט געווארן, וואס האט געפירט צו 38 נייע ארבעטס געזעצן אין ניו יארק. די געזעצן האבן פארבעסערט זיכערהייט מאסנאמען, פייער-אנטלויפן און סאניטארישע באדינגונגען, באגרעניצט די צאל ארבעטער פער שטאק, פארגעשריבן אויטאמאטישע שפרינקלער סיסטעמען און געשאפן געזעצן צו באשיצן פרויען און קינדער ביי דער ארבעט. די ניו יארקער געזעצן זענען געווארן א מאדעל פאר אנדערע סטעיטס און האבן געהאט א גרויסן איינפלוס אויף די שפעטערע פעדעראלע ארבעטס זיכערהייט געזעצן אין די פאראייניגטע שטאטן, אריינגערעכנט די גרינדונג פון OSHA (Occupational Safety and Health Administration).
די אינטערנאציאנאלע לעידיס גאַרמענט וואָרקערס יוניאן (ILGWU) איז געוואקסן אין שטארקייט און האט אדוואקירט פאר די רעכט פון די ארבעטער. דער פייער האט אנטפלעקט די ווידערשפעניגקייטן אין דער ארבעטער באוועגונג.
געדענקענישן
דער טרייענגל פייער איז געווארן א סימבאל פון אינדוסטריעלער אומרעכט און די נויטווענדיגקייט פאר ארבעטס-רעפארם. עס האט אנגעצונדן די ארבעטער באוועגונג, אריינגערעכנט די אידישע ארבעטער באוועגונג, און האט געפירט צו א שטארקערן קאמף פאר פאראייניגונג און בעסערע ארבעטס באדינגונגען. עס האט אונטערגעשטראכן די ראלע פון אידישע פרויען אין דער ארבעטער באוועגונג. די אש געביידע, וואס איז היינט טייל פון דער ניו יארקער אוניווערזיטעט קאמפוס ביי 29 וואשינגטאן פלעיס, איז געווארן א נאציאנאלע היסטארישע ארט. יעדעס יאר ווערן אפגעהאלטן קאמעמאראציעס און דענקמאלן[16].
די קרבנות זענען באערדיגט געווארן אין פארשידענע בתי עולם, אריינגערעכנט דעם ארבעטער רינג בית־עולם "מאונט־ציון" בית עולם און מאונט ריטשמאנד בית עולם. אין מאונט ציון בית עולם איז אויפגעשטעלט געווארן א מצבה, וואָס פאַרנעמט 40 פוס די ברייט, מיט די נעמען פון אלע אומגעקומענע אין יענעם פייער. א דענקמאל איז אנטפלעקט געווארן אויפן ארט פון פייער אין 2023, מיט די נעמען אויף ענגליש, איטאליעניש און יידיש. די "רימעמבער די טרייענגל פייער קאאליציע" ארגאניזירט געשעענישן און אנדענק פראיעקטן.
יידישע דיכטער ווי מאריס ראזענפעלד, יהואש און אנדערע האבן אין לידער באוויינט די טראגישע געשעעניש. עס איז אפילו געשאפן געווארן א ספעציעלע תחינה אין וועלכער פרויען האבן באוויינט די קרבנות[17].
ביבליאגראפיע
- ארי ווייזער, "טרייענגל טראגעדיע", אינגערמאן 8, ואתחנן תשפ"ד, עמ' 72–79
- ז. שער, די שוידערלעכע טראגעדיע פון די 147, פרייע ארבייטער שטימע, אפריל 1, 1965
דרויסנדיגע לינקס
- Remember the Triangle Fire Coalition, אפיציעלע וועבזייטל
- The Triangle Shirtwaist Factory Fire: A Catalyst for Reform | Triangle Fire, American Experience, יאנואר 30, 2023
- How Shabbat Saved a Girl from the Triangle Factory Fire, אויף Aish, נאוועמבער 6, 2019
- Triangle Shirtwaist Factory Fire, Occupational Safety and Health Administration
- Cornell University - ILR School - The Triangle Factory Fire
רעפערענצן
- ↑ מעיר ארדערט אן אינוועסטיגיישען, דער מארגען זשורנאל, מערץ 31, 1911.
- ↑ דערצעהלען ווי וואונדערבאר זיי האבען זיך גערעטעט פון טרייענגעל שאפּ, פארווערטס, דעצעמבער 13, 1911.
- ↑ געפונען א פוס אין דער "טרייענגל" בילדינג, דיא ווארהייט, אפריל 16, 1911.
- ↑ אידישער קווארטאל אין טהרערען ביי דיא לויות פון די קרבנות, דיא ווארהייט, מערץ 28, 1911.
- ↑ אברהם קאהאן, דיא בלוט פון דיא קרבנות שרייט צו אונז אלעמען, פארווערטס, מערץ 27, 1911.
- ↑ בעוויינען די קרבנות פון טרייענגל פייער, יידישעס טאגעבלאט, אקטאבער 26, 1911; היינט דער מיטינג פון די קרובים פון די טרייענגל קרבנות, פארווערטס, דעצעמבער 1, 1911.
- ↑ טראגישער אפקלאנג פון דער "טרייענגל" שרפה ביים טהיילען די שטיצע, פארווערטס, אפריל 16, 1911.
- ↑ אבלים מאכען א סצענע ביים טרייענגל טרייעל, יידישעס טאגעבלאט, דעצעמבער 6, 1911; א. ק., איינדריקע פון דעם טרייענגל פייער־טרייעל, פארווערטס, דעצעמבער 22, 1911.
- ↑ 6 דזשורארס אין טרייענגל טראיל, יידישעס טאגעבלאט, דעצעמבער 5, 1911.
- ↑ יונגע אידישע מיידעל א שטארקע עדות געגען דיא טרייענגעל באסעס, פארווערטס, דעצעמבער 12, 1911.
- ↑ נאך עדות וועגען די געשלאסנע טיהר, יידישעס טאגעבלאט, דעצעמבער 12, 1911.
- ↑ שווערען די טיהר איז געווען אפען, יידישעס טאגעבלאט, דעצעמבער 20, 1911; די טרייענגעל באסעס העלפען זייער לאיער פיהרען די קייס, פארווערטס, דעצעמבער 10, 1911.
- ↑ טרייענגל באסעס "ניט שולדיג", פארווערטס, דעצעמבער 28, 1911; טרייענגל באסעס געהן ארויס פריי, יידישעס טאגעבלאט, דעצעמבער 28, 1911; טרייענגל באסעס פריי; זיי וועלען נאך אמאל פּראצעסירט ווערען, דער מארגען זשורנאל, דעצעמבער 28, 1911.
- ↑ טרייענגל באס ארעסטירט פאר האלטען פארשלאסען דיא טהירען, פארווערטס, אויגוסט 21, 1913.
- ↑ קרובים פון טרייענגל קרבנות קריעגען צו 75 דאל., פארווערטס, דעצעמבער 26, 1913.
- ↑ הערמאן מארגענשטערן, אנדענק פון "טראיענגעל" פייער וועט געערט ווערען, דער טאג, מערץ 22, 1961.
- ↑ "הזכרות נשמות פיר שרפות-אומגעקומענע", ש"ס תחנה רב פנינים, היברו פּאבלישינג, תרע"ו, ז' 255.