|
|
| שורה 37: |
שורה 37: |
|
| |
|
| רבי יהושע האט באגלייט זיין רבי'ן אין זיינע אקטיוויטעטן בשעת די חורבן. בשעת דער באלאגערונג ארום ירושלים פאר'ן חורבן, וו די [[קנאים (בית שני)|בריונים]] נישט געלאזט קיינעם ארויסגיין שולם מאכן מיט די רוימער, האט רבן יוחנן בן זכאי זיך געמאכט ווי א טויטער, און רבי אליעזר און רבי יהושע האבן אנגעכאפט דעם ארון און עס ארויסגעטראגן פון שטאט ווי צום באערדיגן{{הערה|{{בבלי|גיטין|נו|}}}}. צווישן אנדערע האט רבן יוחנן געבעטן פון אספסיינוס מ'זאל היילן [[רבי צדוק]]'ן, און רבי אליעזר און רבי יהושע האבן אים געזוכט און געטראפן ביי איינע פון די שטאט־טויערן און האבן אים געברענגט פאר אספסיינוס, וועלכע האט באפוילן זיינע דאקטוירים אים אויסצוהיילן{{הערה|{{מדרש רבה|איכה|א|לא}}}}. ווען ס'איז אנגעקומען די שרעקליכע בשורה ירושלים איז געפאלן דער בית המקדש איז פארברענט געווארן, האבן רבי יוחנן און זיינע תלמידים צעריסן זייערע קליידער און געוויינט און געשריגן און געקלאגט{{הערה|שם=נתןדה|{{מסכת קטנה|אבות דרבי נתן|ד|ה}}}}. | | רבי יהושע האט באגלייט זיין רבי'ן אין זיינע אקטיוויטעטן בשעת די חורבן. בשעת דער באלאגערונג ארום ירושלים פאר'ן חורבן, וו די [[קנאים (בית שני)|בריונים]] נישט געלאזט קיינעם ארויסגיין שולם מאכן מיט די רוימער, האט רבן יוחנן בן זכאי זיך געמאכט ווי א טויטער, און רבי אליעזר און רבי יהושע האבן אנגעכאפט דעם ארון און עס ארויסגעטראגן פון שטאט ווי צום באערדיגן{{הערה|{{בבלי|גיטין|נו|}}}}. צווישן אנדערע האט רבן יוחנן געבעטן פון אספסיינוס מ'זאל היילן [[רבי צדוק]]'ן, און רבי אליעזר און רבי יהושע האבן אים געזוכט און געטראפן ביי איינע פון די שטאט־טויערן און האבן אים געברענגט פאר אספסיינוס, וועלכע האט באפוילן זיינע דאקטוירים אים אויסצוהיילן{{הערה|{{מדרש רבה|איכה|א|לא}}}}. ווען ס'איז אנגעקומען די שרעקליכע בשורה ירושלים איז געפאלן דער בית המקדש איז פארברענט געווארן, האבן רבי יוחנן און זיינע תלמידים צעריסן זייערע קליידער און געוויינט און געשריגן און געקלאגט{{הערה|שם=נתןדה|{{מסכת קטנה|אבות דרבי נתן|ד|ה}}}}. |
|
| |
| == ביים חורבן הבית==
| |
| נישט לאנג נאך וואס דער [[גרויסער אידישער אויפשטאנד|אידישער ווידערשטאנד]] קעגן די רוימער האט אויסגעבראכן, האט די קעניגרייך געשיקט איר מעכטיגער מיליטער זיי צו אונטערדריקן. דער רוימישער גענעראל [[אספסיינוס]] מיט זיינע לעגיאָנען האבן באלאגערט ירושלים. דאס עסן אין שטאט האט זיך אויסגעלאזט, און א שרעקליכער הונגער האט אונטערדריקט די איינוואוינער. רבן יוחנן בן זכאי האט געזען מיט זיין קלוגשאפט אז דער שטאט וועט פאלן צו די רוימער, און האט באשלאסן ארויסצוגיין פון ירושלים און גרינדן א תורה צענטער אין אן אנדער פלאץ. וויבאלד די [[קנאים (בית שני)|קנאי'שע]] בריונים האבן נישט געלאזט קיינעם ארויסגיין צו די רוימער, האט זיך רבן יוחנן געמאכט ווי א טויטער, און זיינע תלמידים רבי אליעזר און רבי יהושע האבן אנגעכאפט זיין ארון פון ביידע זייטן און האבן אים ארויסגעטראגן פון שטאט, כאילו צום באערדיגן{{הערה|{{בבלי|גיטין|נו|}}}}.
| |
|
| |
| ווען רבן יוחנן איז געקומען פאר אספסיינוס איז ער געפאָלן אין זיינע אויגן, און יענער האט אים נאכגעגעבן איבערצולאזן פאר אים דער שטאָט יבנה און אירע חכמים. אויך האט ער אים געגעבן רשות ארויסצונעמען פון ירושלים פאר'ן איר אייננעמען וועמען ער וויל פון זיינע פריינט אדער קרובים. רבן יוחנן האט געבעטן צו ראטעווען [[רבי צדוק]], און האט געשיקט רבי אליעזר און רבי יהושע אים צו זוכן. זיי האבן אים געטראפן אין איינע פון די שטאט־טויערן און האבן אים געברענגט פאר אספסיינוס, וואס האט באפוילן זיינע רופאים אים אויסצוהיילן{{הערה|{{מדרש רבה|איכה|א|לא}}}}.
| |
|
| |
| רבן יוחנן מיט זיינע תלמידים האבן געווארט מיט א צאפלדיג הארץ אויף די שמועות פון ירושלים. ווען ס'איז אנגעקומען די שרעקליכע בשורה אויף דאס פאלן פון ירושלים און דאס פארברענען דעם בית המקדש האבן ער און זיינע תלמידים זיך צעריסן זייערע קליידער, און האבן געוויינט און געשריגן און געקלאגט{{הערה|שם=נתןדה|{{מסכת קטנה|אבות דרבי נתן|ד|ה}}}}.
| |
|
| |
| איינמאל איז רבן יוחנן געגאנגען נאנט צו די חורבות פון ירושלים, און רבי יהושע איז אים נאכגעגאנגען. ווי נאר רבי יהושע האט געזען דעם חרוב'ן בית המקדש, האט ער געזאגט: "וויי איז אונז, אז דאס פלאץ וואס מען פארצייט דערין אויף די זינד פון אידישע קינדער איז חרוב געווארן". האט אים רבן יוחנן געזאגט: "מיין זון, זאל דיר נישט באנג טון, מיר האבן איין כפרה וואס איז {{טערמין|ווי איר|ווי א קרבן}}. וואס? דאס איז גמילות חסדים, ווי עס שטייט{{הערה|{{תנ"ך|הושע|ו|ו}}}}: {{מנוקד|'כִּי חֶסֶד חָפַצְתִּי וְלֹא זָבַח'}}"{{הערה|שם=נתןדה}}.
| |
|
| |
| די גמרא דערציילט די פאלגנדע מעשה, אויף דער ריכטיגע צוגאנג צו טרויער אויפ'ן חורבן הבית:
| |
| <blockquote>ווען די בית שני איז חרוב געווארן, רבו פרושין בישראל וואס האבן זיך מקבל געווען שלא לאכול בשר ושלא לשתות יין. נטפל להן רבי יהושע, אמר להן: "בָּנַי, מפני מה אי אתם אוכלין בשר ואין אתם שותין יין?" אמרו לו: "נאכל בשר שממנו מקריבין על גבי מזבח ועכשיו בטל?! נשתה יין שמנסכין על גבי המזבח ועכשיו בטל?!" אמר להם: "אם כן לחם לא נאכל, שכבר בטלו [[קרבן מנחה|מנחות]]". אפשר בפירות. "פירות לא נאכל, שכבר בטלו [[ביכורים]]". אפשר בפירות אחרים (נישט פון די שבעת המינים פון וועלכע מ'האט געברענגט ביכורים). "מים לא נשתה, שכבר בטל [[ניסוך המים]]". שתקו. אמר להן: "בני, בואו ואומר לכם. שלא להתאבל כל עיקר – אי אפשר, שכבר נגזרה גזרה. ולהתאבל יותר מדאי – אי אפשר, ש{{קישור אם קיים|אין גוזרין גזירה על הציבור אלא אם כן רוב ציבור יכולים לעמוד בה}}. אלא כך אמרו חכמים: סד אדם את ביתו בסיד ומשייר בו דבר מועט (אמה על אמה כנגד הפתח); עושה אדם כל צרכי סעודה ומשייר דבר מועט (איין מאכל); עושה אשה כל תכשיטיה ומשיירת דבר מועט{{הערה|{{בבלי|בבא בתרא|ס|ב}}}}.</blockquote>
| |
|
| |
|
| ==אין יבנה == | | ==אין יבנה == |