בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,580
רעדאגירונגען
ק (החלפת טקסט – "[[ת:" ב־"[[שית:") |
|||
| שורה 77: | שורה 77: | ||
אין די גורל'דיגע תקופה פון דאס ווידער־אויפבוי פונעם פאלק נאכ'ן חורבן הבית, האט רבן גמליאל געזען פאר ריכטיג נישט צו ערמעגליכן קיין שום ערעור אויף די סמכות פונעם נשיא, אלס חשש אז דאס וועט ברענגען צו א טיילונג ביים פאלק, און דעריבער האט ער זייער מקפיד געווען אויף ווער ס'האט זיך געקריגט מיט זיין הכרעה{{הערה|זעט דורות הראשונים חלק ד עמוד 328}}. | אין די גורל'דיגע תקופה פון דאס ווידער־אויפבוי פונעם פאלק נאכ'ן חורבן הבית, האט רבן גמליאל געזען פאר ריכטיג נישט צו ערמעגליכן קיין שום ערעור אויף די סמכות פונעם נשיא, אלס חשש אז דאס וועט ברענגען צו א טיילונג ביים פאלק, און דעריבער האט ער זייער מקפיד געווען אויף ווער ס'האט זיך געקריגט מיט זיין הכרעה{{הערה|זעט דורות הראשונים חלק ד עמוד 328}}. | ||
אין איין געשעעניש, האבן זיך רבן גמליאל און רבי יהושע געקריגט לגבי די כשרות פון עדים וואס האבן מעיד געוועם אויף דאס זען די נייע לבנה, און אלס רעזולטאט איז געשאפן געווארן א חילוק צווישן זיי לגבי דעם ריכטיגן דאטום פון ראש חודש. ווען רבן גמליאל האט געהערט אז רבי יהושע קריגט אויף זיין הכרעה [און ער האט חושש געווען אז דאס וועט ברענגען א צעטיילונג ביים פאלק ווען א טייל וועלן מאכן די ימים טובים איין טאג און טייל וועלן דאס קומענדיגע טאג, און אויך אז אנדערע וועלן, צוליב רבי יהושע, זיין עלול צו קומען קריגן אויף די סנהדרין], האט ער געשיקט צו רבי יהושע: "איך בין אויף די גוזר אז דו זאלסט קומען צו מיר מיט דיין שטעקן און דיינע געלט אין יום כיפור ווען עס פאלט אויס לויט דיין חשבון". רבי יהושע האט זיך געזארגט וויאזוי ער זאל זיך פירן, און זיינע חברים האבן אים גע'עצה'ט צו אננעמען רבן גמליאל'ס הכרעה. האט רבי יהושע גענומען זיין שטעקן און געלט אין האנט און איז געגאנגען קיין יבנה צו רבן גמליאל אינעם טאג וואס לויט זיין חשבון איז געפאלן יום כיפור. איז רבן געמליאל אויפגעשטאנען און אים געקישט אויפ'ן קאפ, און אים געזאגט: קום מיט פרידן מיין רבי און תלמיד. מיין רבי – אין חכמה, און מיין תלמיד – אז דו האסט אנגענומען מיינע ווערטער. וואויל איז דעם דור אז די גרויסע הערן צו די קליינע"{{הערה|{{בבלי|ראש השנה|כה|א}}-ב}}}}. | אין איין געשעעניש, האבן זיך רבן גמליאל און רבי יהושע געקריגט לגבי די כשרות פון עדים וואס האבן מעיד געוועם אויף דאס זען די נייע לבנה, און אלס רעזולטאט איז געשאפן געווארן א חילוק צווישן זיי לגבי דעם ריכטיגן דאטום פון ראש חודש. ווען רבן גמליאל האט געהערט אז רבי יהושע קריגט אויף זיין הכרעה [און ער האט חושש געווען אז דאס וועט ברענגען א צעטיילונג ביים פאלק ווען א טייל וועלן מאכן די ימים טובים איין טאג און טייל וועלן דאס קומענדיגע טאג, און אויך אז אנדערע וועלן, צוליב רבי יהושע, זיין עלול צו קומען קריגן אויף די סנהדרין], האט ער געשיקט צו רבי יהושע: "איך בין אויף די גוזר אז דו זאלסט קומען צו מיר מיט דיין שטעקן און דיינע געלט אין יום כיפור ווען עס פאלט אויס לויט דיין חשבון". רבי יהושע האט זיך געזארגט וויאזוי ער זאל זיך פירן, און זיינע חברים האבן אים גע'עצה'ט צו אננעמען רבן גמליאל'ס הכרעה. האט רבי יהושע גענומען זיין שטעקן און געלט אין האנט און איז געגאנגען קיין יבנה צו רבן גמליאל אינעם טאג וואס לויט זיין חשבון איז געפאלן יום כיפור. איז רבן געמליאל אויפגעשטאנען און אים געקישט אויפ'ן קאפ, און אים געזאגט: קום מיט פרידן מיין רבי און תלמיד. מיין רבי – אין חכמה, און מיין תלמיד – אז דו האסט אנגענומען מיינע ווערטער. וואויל איז דעם דור אז די גרויסע הערן צו די קליינע"{{הערה|{{בבלי|ראש השנה|כה|א}}-ב}}. | ||
אן אנדער מאל, האט רבי יהושע גע'פסק'נט אנדערש ווי רבן גמליאל לגבי א בכור בהמה, און אויך דאן האט רבן גמליאל רעאגירט מיט א שארפקייט און אים געצווינגען צו מודה זיין ברבים אז ער האט געקריגט אויף אים, און האט אים געלאזט שטיין אויף די פיס בשעת רבן געמליאל איז געזיצן און גע'דרש'נט{{הערה|{{בבלי|בכורות|לו|א}}}}, ביז דער גאנצער פאלק האט מרנן געווען און אפגעהאלטן [[רבי חוצפית המתורגמן]] פון ווייטער איבערגעבן רבן גמליאל'ס דרשה. אין א דריטע מעשה, האט רבי יהושע גע'פסק'נט פאר איינע פון די תלמידים אז תפילת ערבית איז א רשות און נישט קיין חובה, אנטקעגן רבן גמליאל'ס מיינונג, און ווידער האט רבן געמליאל אויפגעשטעלט רבי יהושע אויף די פיס בשעת ער איז געזיצן און גע'דרש'נט, ביז דער גאנצער פאלק האט מרנן געווען און געזאגט פאר די מתורגמן זיך צו אפשטעלן{{הערה|{{בבלי|ברכות|כז|ב}}}}. | |||
אין די אלע פעלער, האט רבי יהושע מעביר געווען אויף זיינע מדות און געשוויגן. אבער דאס פאלק האט תובע געווען זיין עלבון, און די חכמים, וואס האבן שוין נישט געקענט אריבערלאזן בשתיקה דאס פארשעמען דעם כבוד פון רבי יהושע, האבן אפגעמאכט צווישן זיך צו מעביר זיין רבן געמליאל פון זיין שטעלע, און האבן אנגעהויבן דיסקוטירן צווישן זיך וועמען צו שטעלן אלס נשיא אנשטאט אים. דער פאסיגסטער קאנדידאט איז פארשטייט זיך געווען רבי יהושע, וואס איז געווען דער אב בית דין און דער גדול הדור, אבער די חכמים האבן געפילט אז שטעלן דעם בעל המעשה אליין וועט גורם זיין צו א גרויסער צער פאר רבן גמליאל{{הערה|יוחסין; זעט אויך מגדים חדשים ברכות כז, ב}}. [רבי אליעזר האט מען נישט געקענט שטעלן, ווייל ער האט זיך שוין אפגעטיילט פון זיי נאך וואס מ'האט אים מנדה געווען.] זיי האבן אויך אוועקגעמאכט די מעגליכקייט צו שטעלן רבי עקיבא, וויבאלד ער האט נישט געהאט קיין זכות אבות (ווייל ער איז געווען א זון פון גרים), און האט געקענט געשטראפט ווערן פון א קפידה פון רבן גמליאל. צום סוף איז געפאלן די בחירה אויף דער אינגער רבי אלעזר בן עזריה, וואס איז געווען א מיוחס און א גרויסער עושר און חכם{{הערה|{{בבלי|ברכות|כח|א}}}}. | |||
אינעם טאג וואס אבי אלעזר בן עזריה איז געשטעלט געווארן, האט מען מסלק געווען דעם שומר הפתח און עס זענן צוגעקומען פיר הונדערט (אדער זיבן הונדערט) בענק אין בית המדרש, און אפילו רבן גמליאל האט זיך נישט צוריקגעהאלטן פון בית המדרש אפילו איין שעה. רבי יהושע און רבן גמליאל האבן דיסקוטירט צווישן זיך איבער א שאלה וואס איז אויפגעקומען יענעם טאג כאילו גארנישט האט פאסירט, און די חכמים האבן מכריע געווען להלכה ווי רבי יהושע. דאן האט רבן גמליאל געכאפט אז ער דארף גיין איבערבעטן רבי יהושע. ווען ער איז אנגעקומען צום הויז פון רבי יהושע האט ער געזען די שווארצע ווענט פון זיין הויז, און ער האט אים געזאגט, "פון די ווענט פון דיין הויז דערקענט זיך אז דו ביזט א פחמי{{הערה|ד.ה. א קויל מאכער, אדער א שמיד (רש"י). אין ירושלמי ({{ירושלמי|ברכות|ד|א|נאמען=ניין}}) ווערט געברענגט אז רבן גמליאל האט אים געטראפן מאכן נידלען, און אים געזאגט: "פון די ביזטו זיך מפרנס?".}} האט אים רבי יהושע געזאגט: "וויי איז פאר'ן דור וואס דו ביזט זיין פרנס, וואס דו ווייסט נישט דעם צער פון די תלמידי חכמים, מיט וואס זיי זענען זיך מפרנס און מיט וואס זיי שפייזן זיך". האט אים רבן גמליאל געזאגט "נעניתי לך [ד.ה. איך האב צופיל גערעדט קעגן דיר], זיי מיר מוחל", און רבי יהושע האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון אים, ביז רבן גמליאל האט אים געזאגט: "טו עס וועגן די כבוד פון מיין טאטן"{{הערה|דאס איז [[רבן שמעון בן גמליאל הראשון]], דער צווייטער רבן גמליאל'ס טאטע, וואס איז געווען פון די [[עשרה הרוגי מלכות]] (אמרי נעם להגר"א; זעט אויך עלי תמר ברכות ד, א). [[רבינו ניסים גאון]] איז גורס: "בשביל כבוד בית אבא", און טייטשט אז די כוונה איז [[הלל הזקן]], דער פאטריארך פון רבן גמליאל'ס פאמיליע, וואס איז געווען פון די אייניקלעך פון דוד המלך און האט געגרינדעט א פרעכטיגע דינאסטיע פון נשיאים און גדולים.}}, און דאן האט זיך רבי יהושע איבערגעבעטן און אים מוחל געווען{{הערה|שם=ברכות|{{בבלי|ברכות|כח|א}}}}. | |||
רבי יהושע האט זיך נישט באגעניגנט בלויז מיט זיין מחילה, נאר האט משתדל געווען אז מ'זאל צוריקשטעלן רבן גמליאל צו זיין נשיאות און איז אליין געגאנגען צום בית הוועד זיי צו מעורר זיין דערוועגן. כדי נישט צו מעביר זיין רבי אלעזר בן עזריה אינגאנצן פון די נשיאות, האט מען מתקן געווען אז רבן גמליאל וועט דרש'נען דריי שבתים יעדן חודש און רבי אלעזר בן עזריה איין שבת{{הערה|שם=ברכות}}{{הערה|לויט דער ירושלמי ({{ירושלמי|ברכות|ד|א|נאמען=ניין}}) האט מען מתקן געווען אז רבי אלעזר בן עזריה זאל זיין אב בית דין. [פון דעם איז משמע אז רבי יהושע האט נישט געדינט אויף דעם שטעלע.]}}. | |||
==זיינע מאמרים== | ==זיינע מאמרים== | ||
רעדאגירונגען