אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי יהושע בן חנניה"

קיין רעדאגירונג באמערקונג
אין תקציר עריכה
שורה 40: שורה 40:


==אין יבנה ==
==אין יבנה ==
נאך וואס רבן יוחנן בן זכאי האט באשטימט דער תורה צענטער אין שטאט [[יבנה]], האט ער אליין זיך באזעצט אין ברור חיל, און רבי יהושע, מיט די אנדערע גרויסע תלמידים פון רבן יוחנן, האבן זיך באהאפטן אין זייער אלטן רבי'ן און זענען געגאנגען נאך אים אהין{{הערה|{{תוספתא|מעשרות|ב|ב}}; {{ירושלמי|דמאי|ג|א}}}}. און ווילאנג רבן יוחנן האט געלעבט זענען זיי דארט געזיצן פאר אים ביז זיין פטירה, וואס דאן זענען זיי געגאנגען אויף יבנה{{הערה|{{מדרש רבה|קהלת|ז|ז}}}}.
נאך רבן יוחנן'ס פטירה איז רבי יהושע געווארן אב בית דין אין יבנה, צו דער זייט פון [[רבן גמליאל השני]] (זון פון [[רבן שמעון בן גמליאל הנשיא]] וואס איז גע'הרג'עט געווארן פאר'ן חורבן) וועלכער איז געווארן דער נשיא פון די סנהדרין{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|עד|ב}};{{ש}}
יתכן אז לויט דער ירושלמי ({{ירושלמי|ברכות|ב|א|אן=נאמען}}) איז רבי יהושע נישט געווען אב בית דין. זעט מראה הפנים דארט; יופי מכלול אין יפה מראה דארט (געברענגט אין סדר הדורות, ערך רבי אלעזר בן עזריה); מהר"ץ חיות ברכות כח, א און בבא קמא עד, ב.{{ש}}
לויט דער דורות הראשונים (חלק ה, 61 און 69) איז רבן גמליאל געווארן נשיא גלייך נאכ'ן חורבן, ווידער רבן יוחנן בן זכאי איז געבליבן אב בית דין אזויווי ער איז געווען פאר'ן חורבן. און ביי דער פטירה פון רבן יוחנן איז רבי יהושע געווארן אב בית דין במקומו.}}. אין גמרא ווערט דערציילט אז אין די סנהדרין אין יבנה זענען געווען פיר חכמים וואס האבן געקענט זיבעציג שפראכן, און רבי יהושע איז איינער פון זיי{{הערה|{{בבלי|סנהדרין|יז|ב}}. און רש"י דארט}}.
צווישן די חברים פון רבי יהושע אין יבנה – אויסער רבן גמליאל און זיינע חברים תלמידים פון רבן יוחנן וואס זענען געקומען מיט אים קיין יבנה נאך זייער רבינ'ס פטירה – זענען געווען [[רבי טרפון]], [[רבי אלעזר בן עזריה]], [[רבי צדוק]], [[רבי אלעזר המודעי]], [[רבי יוחנן בן נורי]], [[רבי יהודה בן בתירא הראשון]] און [[רבי פפייס]]. רבי עקיבא איז אנהייב געווען א תלמיד פון רבי יהושע, און שפעטער איז ער גרויס געווארן און געווארן א חבר זיינער{{הערה|זעט שפעטער}}. [[שמעון בן זומא]] און [[שמעון בן עזאי]] זענען געווען זיינע אינגע חברים.
רבי יהושע האט נישט געוואוינט בקביעות אין יבנה, און איז נאר געקומען דארט פון צייט צו צייט (ווי מערסטנס זקני הוועד וואס זייער קביעות'דיגער ארט איז געווען אין זייער שטאט און זענען נאר געקומען קיין יבנה אין די ימי הוועד). זיין וואוינארט איז געווען אין שטאט [[פקיעין]], דארט האט ער אויפגעשטעלט אן אייגענעם ישיבה און בית דין{{הערה|זעט {{בבלי|סנהדרין|לב|ב}}; {{בבלי|חגיגה|ג|א}}.{{ש}}
תולדות תנאים ואמוראים שאצט אז רבי יהושע'ס גיין אויף פקיעין איז געווען נאך זיין מחלוקת מיט רבן גמליאל און דאס שטעלן רבי אלעזר בן עזריה אלס נשיא [אדער אב בית דין (זעט אין זיין ארטיקל)]. זעט אויך דורות הראשונים חלק ג עמוד 340.}}.
==זיינע תלמידים ==
==זיינע תלמידים ==
צווישן זיינע תלמידים זענען געווען [[רבי יוחנן בן ברוקה]], [[רבי אלעזר חיסמא]], [[רבי אילעאי]], [[רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא]] און [[רבי אלעזר בן שמוע]].
אבער רבי יהושע'ס גרעסטער תלמיד איז געווען רבי עקיבא, וואס דער אנהייב פון זיין משמש זיין פאר חכמים איז געווען פאר רבי אליעזר און רבי יהושע, און האט משמש געווען פאר זיי דרייצן יאר{{הערה|זעט {{מסכת קטנה|אבות דרבי נתן|ז}}; {{ירושלמי|נזיר|ז|א}}}}, און האט זיי אויך באדינט{{הערה|זעט {{בבלי|פסחים|לו|א}}}}. אזוי שטארק האט זיך רבי עקיבא מדבק געווען אין זיין רבי'ן רבי יהושע, ביז ער איז אריין נאך אים אין בית הכסא כדי צו לערנען הנהגות בית הכסא. ווען בן עזאי האט זיך געוואונדערט אויף אים אויף דעם וואס ער האט אזוי מעיז פנים געווען פאר זיין רבי'ן, האט רבי עקיבא געענטפערט: "תורה היא וללמוד אני צריך"{{הערה|{{בבלי|ברכות|סב|א}}}}. אין גמרא ווערט דערציילט אז רבי אליעזר האט אויסגעלערנט רבי עקיבא פארשידענע ענינים אין הלכות כשפים און ער האט זיי נישט פארשטאנען, נאכדעם האט ער זיי געלערנט פון רבי יהושע און האט זיי פארשטאנען{{הערה|{{בבלי|סנהדרין|סח|א}}}}. ווי געזאגט, צום סוף איז רבי עקיבא גרויס געווארן און געווארן א תלמיד־חבר פאר רבי יהושע.
נאך א מערקווירדיגער תלמיד פון רבי יהושע איז [[אונקלוס הגר]], וואס איז געווען פון די פאמיליע קרובים פון דער רוימישער קייסער. אונקלוס האט געשריבן דער איבערזעצונג פון דער תורה אויף אראמיש פונעם מויל פון רבי אליעזר און רבי יהושע{{הערה|{{בבלי|מגילה|ג|א}}; זעט אויך {{ירושלמי|מגילה|א|ט}}}} – דאס איז דער באוואוסטער תרגום: "[[תרגום אונקלוס]]". אין מדרש ווערט דערציילט אז אונקלוס האט זיך געוואונדערט פאר זיי אויפ'ן פסוק{{הערה|{{תנ"ך|דברים|י|יח}}}}: "וְאֹהֵב גֵּר לָתֶת לוֹ לֶחֶם וְשׂמְלָה", וואס פון דעם הערט זיך לכאורה א גרינגשעצונג אין גרים, אז זייער גאנצער שכר איז בלויז ברויט אין קליידונג. רבי יהושע האט אים בארואיגט און אים ערקלערט דעם פסוק'ס מיינונג. ביז מ'האט געזאגט: ווען נישט דער אריכות פנים וואס רבי יהושע האט מאריך געווען מיט עקילס (אונקלוס), וואלט ער צוריק אפגעפארן{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|ע|ה}}}}.
== זיינע אקטיוויטעטן פאר'ן פאלק==
== זיינע אקטיוויטעטן פאר'ן פאלק==
רבי יהושע האט געזען און פארשטאנען אז פון הימל האט מען געקרוינט די רוימער, און ס'איז נישטא קיין עצה נאר צו שתד'לען ביי זיי, דעריבער האט ער אפט געשמועסט פארשידנס מיט די גרויסע פון רוים, אירע שרים און קעניגן. אלס איינער פון די הויפטן פונעם דור, איז ער געפארן עטליכע מאל צו רוים מיט דער נשיא רבן גמליאל השני, רבי אליעזר, רבי עקיבא און רבי אלעזר בן עזריה{{הערה|אין פילע פלעצער אין די משנה, גמרא און מדרשים ווערן דערמאנט דאס פארן אדער אויפהאלטונג פון די דאזיגע גדולי ישראל און רוים (זעט למשל {{משנה|מעשר שני|ה|ט}}; {{ספרי|עקב|מג}}; {{ירושלמי|סנהדרין|ז|יג}}; {{מדרש רבה|דברים|ב|כד}}).{{ש}}
לויט דער דורות הראשונים (חלק ה עמודים 280 און 349) זענען די ראשי הדור געפארן קיין רוים אין תקופת יבנה צוויי מאל: דער ערשטער מאל, ארום צען יאר נאכ'ם חורבן, זענען געפארן רבן גמליאל השני און רבי אליעזר און רבי יהושע. דער צווייטער מאל איז געווען אומגעפער פינף־און־צוואנציג יאר נאכ'ן חורבן, און דאן זענען געפארן רבן גמליאל השני און רבי יהושע מיט רבי אלעזר בן עזריה (וואס איז דאן געווען נשיא צו דער זייט פון רבן גמליאל) און רבי עקיבא.}}, כדי צו ממתיק זיין און מבטל זיין די גזירות פונעם קעניגרייך. מיט זיין קליגשאפט און זיסע רייד האט ער מצליח געווען אין זיינע מעשים{{הערה|זעט {{בבלי|שבת|קכז|ב}}}}.
זייענדיג אין רוים האט רבי יהושע געהערט אויף א אידישער אינג, פון די געפאנגענע פון ירושלים, וואס געפינט זיך אין טורמע. רבי יהושע האט אים אויסגעלייזט מיט אסאך געלט און אים געשיקט קיין ארץ ישראל. "ולא עברו ימים מועטים עד שהורה הוראה בישראל", און דאס איז דער גרויסער תנא [[רבי ישמעאל בן אלישע]]{{הערה|{{בבלי|גיטין|נח|א}}; {{ירושלמי|הוריות|ג|ד}}{{ש}}
זעט אויך [[רבי יהודה בן בתירה השני]], אז ער איז געבוירן געווארן בזכות די ברכה פון רבי אליעזר און רבי יהושע צו זיין טאטן, בשעת זיי זענען געווען אויפ'ן וועג קיין רוים.}}.
רבי יהושע האט זיך אפט גע'טענה'ט מיט די מינים און ויכוחים וואס זיי האבן באצווינגען די אידן{{הערה|זעט {{בבלי|שבת|קנא|א}}}}, און מיט זיין חכמה האט ער זיי שטענדיג באזיגט, ביז פאר זיין פטירה ווען די חכמים האבן זיך געזארגט ווער עס גייט שיצן אויף זיי פון די מינים פון יעצט{{הערה|זעט שפעטער}}. די גמרא זאגט אז פון ווען רבי יהושע איז געשטארבן איז בטל געווארן עצה און מחשבה, צו וויסן וואס צו ענטפערן פאר מינים און פארשטיין זייערע וואונקען{{הערה|{{בבלי|סוטה|מט|ב}} און רש"י דארט}}.
== מיט רבי אליעזר ==
== מיט רבי אליעזר ==
ווען רבן יוחנן בן זכאי האט געזאגט פאר זיינע תלמידים: "צאו וראו איזוהי דאך ישרה שיבור לו האדם", האט רבי יהושע געזאגט: "חבר טוב"{{הערה|{{משנה|אבות|ב|ט}}}}. רבי יהושע האט טאקע זוכה געווען צו א גוטער פריינט – זיין גרויסער ידיד רבי אליעזר. פון זייער יוגנט זענען זיי צוזאמען אויפגעוואקסן אינעם ישיבה פון רבן יוחנן בן זכאי, און צוזאמען האבן זיי געפירט א גרויסע ישיבה (וואו רבי עקיבא האט געלערנט), און צוזאמען זענען זיי געקומען קיין יבנה. די ווינדערליכע פריינטשאפט האט זיך געצויגן צענדליגע יארן, ביז דער גרויסער מחלוקת וואס האט אויסגעבראכן אין יבנה צווישן רבי אליעזר און די אנדערע חכמים לגבי די דין טומאה אין א "[[תנור של עכנאי]]"{{הערה|זעט {{משנה|עדיות|ז|ז}}; {{משנה|כלים|ה|י}}}}, ווען רבי יהושע האט זיך שארף קעגנגעשטעלט רבי אליעזר'ס שיטה. ווען רבי אליעזר האט געזאגט: "אויב איז די הלכה ווי מיר זאלן די ווענט פון בית המדרש אויפווייזן" און די ווענט האבן אנגעהויבן אראפפאלן, האט זיי רבי יהושע אנגעשריגן: "אויב תלמידי חכמים זענען מנצחים זה את זה בהלכה, אתם מה טיבכם?" צוליב די כבוד פון רבי יהושע זענען די ווענט נישט ווייטער אראפגעפאלן, אבער האבן זיך אויך נישט אויפגעשטעלט, צוליב די כבוד פון רבי אליעזר, נאר זענען געבליבן שטיין געבויגן. ווען רבי אליעזר האט ביים ענדע געזאגט: "אויב איז דער הלכה ווי מיר, זאל מען אויפווייזן פון הימל", און ס'איז ארויס א בת קול "מה לכם אצל רבי אליעזר שהלכה כמותו בכל מקום", איז רבי יהושע אויפגעשטאנען אויף די פיס און געזאגט: "לֹא בַשָּׁמַיִם הִיא"{{הערה|{{תנ"ך|דברים|ל|יב}}}}, ווייל דער תורה איז שוין געגעבן געווארן אין סיני און עס שטייט דערין{{הערה|{{תנ"ך|שמות|כג|ב}}}}: "אַחֲרֵי רַבִּים לְהַטֹּת", דעריבער קוקן מיר נישט אויף א בת קול{{הערה|דהיינו, הקב"ה האט איבערגעגעבן די תורה צו מענטשן אז די הלכה זאל אנטשידן ווערן דורך זייי לויט די כללים וואס זענען איבערגעגעבן געווארן אין סיני.{{ש}}
רבי יהושע האט אפגעלערנט דעם בת קול ווי א נסיון פון הימל, צו פרואוון די חכמים אויב וועלן זיי צוליב דעם ענדערן פון וואס זיי האבן מקובל. דעריבער האט רבי יהושע געזאגט "ס'איז נישט אין הימל", דהיינו, די תוקה איז געגעבן געווארן צו אונז אין סיני גאנצערהייט, און עס וועט זיך גארנישט ענדערן פון איר לויט א מופת פון הימל (רבינו ניסים, געברענגט אין שיטה מקובצת). די גמרא פארציילט טאקע ווייטער אז [[רבי נתן]] האט אנגעטראפן אליהו הנביא און אים געפרעגט: "וואס האט הקב"ה געטון יענע צייט [ווען רבי יהושע האט דוחה געווען דעם בת קול]?" האט אליהו געענטפערט: ער האט געשמייכלט און געזאגט: נצחוני בני, מיין זון האט מיר באזיגט" (פאר ערקלערונג אויף די ווערטער זעט {{חינוך|תצו}}).}}. ווען רבי אליעזר האט זיך נאך אלס געהאלטן ביי דאס זייניגע און האט נישט אנגענומען דעם דעת פונעם רוב, האבן די חכמים זיך צוזאמגעציילט און אים מנדה געווען{{הערה|{{בבלי|בבא מציעא|נט|ב}}}}, און איז געבליבן אין נידוי ביז זיין טויט. פון דאן, האט רבי אליעזר פארלאזט יבנה און איז זיך געגאנגען צו לוד, און מיט דעם האבן זיך די צוויי באליבטע פריינט אפגעטיילט פאר די רעשט פון זייער לעבן ביז רבי אליעזר'ס פטירה. נאך זיין פטירה האט זיך רבי יהושע געשטעלט אויף די פיס און געזאגט: "הותר הנדר, הותר הנדר" [ד.ה. די נידוי וואס מ'האט אים מנדה געווען]{{הערה|{{בבלי|סנהדרין|סח|א}}{{ש}}
רבי יהושע האט געדארפט מבטל זיין דעם נידוי כדי מ'זאל נישט דארפן פירן מיט רבי אליעזר דין מנודה שמת, וואס מ'איז אים נישט מספיד און מ'רייסט נישט אויף אים און מ'לייגט א שטיין אויף זיין ארון (תורת האדם לרמב"ן, שער האבל, נ; זעט {{שו"ע|יו"ד|שלד|ג}}).}}, און האט אים מגפף געווען {{?}} און אים געקישט און געוויינט, און געזאגט: "רבי, רֶכֶב יִשׂרָאֵל וּפָרָשָׁיו"{{הערה|{{תנ"ך|מלכים ב|יג|יד}}}}{{הערה|{{ירושלמי|שבת|ב|וז}}}}. איינמאל איז רבי יהושע אריין אינעם בית המדרש פון רבי אליעזר, און האט אנגעהויבן קישן דעם שטיין אויף וואס רבי אליעזר פלעגט זיצן, און געזאגט: "דער שטיין איז גלייך צום [[בארג סיני]], און דער וואס איז געזיצן דערויף איז גלייך צום ארון הברית""{{הערה|{{מדרש רבה|שיר השירים|א|כא}}}}.
==זיין מחלוקת מיט רבן גמליאל ==
==זיין מחלוקת מיט רבן גמליאל ==
איינע פון די באקאנטע געשעענישן פארבינדן מיט רבי יהושע איז דאס אפזאגן אבן גמליאל פון די נשיאות אויף דעם וואס ער האט פארשעמט רבי יהושע אין עטליכע פארשידענע פעלער.
אין די גורל'דיגע תקופה פון דאס ווידער־אויפבוי פונעם פאלק נאכ'ן חורבן הבית, האט רבן גמליאל געזען פאר ריכטיג נישט צו ערמעגליכן קיין שום ערעור אויף די סמכות פונעם נשיא, אלס חשש אז דאס וועט ברענגען צו א טיילונג ביים פאלק, און דעריבער האט ער זייער מקפיד געווען אויף ווער ס'האט זיך געקריגט מיט זיין הכרעה{{הערה|זעט דורות הראשונים חלק ד עמוד 328}}.
אין איין געשעעניש, האבן זיך רבן גמליאל און רבי יהושע געקריגט לגבי די כשרות פון עדים וואס האבן מעיד געוועם אויף דאס זען די נייע לבנה, און אלס רעזולטאט איז געשאפן געווארן א חילוק צווישן זיי לגבי דעם ריכטיגן דאטום פון ראש חודש. ווען רבן גמליאל האט געהערט אז רבי יהושע קריגט אויף זיין הכרעה [און ער האט חושש געווען אז דאס וועט ברענגען א צעטיילונג ביים פאלק ווען א טייל וועלן מאכן די ימים טובים איין טאג און טייל וועלן דאס קומענדיגע טאג, און אויך אז אנדערע וועלן, צוליב רבי יהושע, זיין עלול צו קומען קריגן אויף די סנהדרין], האט ער געשיקט צו רבי יהושע: "איך בין אויף די גוזר אז דו זאלסט קומען צו מיר מיט דיין שטעקן און דיינע געלט אין יום כיפור ווען עס פאלט אויס לויט דיין חשבון". רבי יהושע האט זיך געזארגט וויאזוי ער זאל זיך פירן, און זיינע חברים האבן אים גע'עצה'ט צו אננעמען רבן גמליאל'ס הכרעה. האט רבי יהושע גענומען זיין שטעקן און געלט אין האנט און איז געגאנגען קיין יבנה צו רבן גמליאל אינעם טאג וואס לויט זיין חשבון איז געפאלן יום כיפור. איז רבן געמליאל אויפגעשטאנען און אים געקישט אויפ'ן קאפ, און אים געזאגט: קום מיט פרידן מיין רבי און תלמיד. מיין רבי – אין חכמה, און מיין תלמיד – אז דו האסט אנגענומען מיינע ווערטער. וואויל איז דעם דור אז די גרויסע הערן צו די קליינע"{{הערה|{{בבלי|ראש השנה|כה|א}}-ב}}}}.
==זיינע מאמרים==
==זיינע מאמרים==
==זיין קלוגשאפט==
==זיין קלוגשאפט==