דער בלאט איז א סאטמארער צייטונג אויף יידיש געגרינדעט דורך די אַהרונים.

די גרינדונג

נאכן נישט ווערן באשריבן אין דער איד, האבן די אהרונים דערקלערט קריג קעגן דער איד און איר אייגענטימער משה גבאי. אין 2000 האבן זיי באשלאסן דעם אליינס צו עפענען א צייטונג און שרייבן די נייעס לויט זייער גייסט און רעספעקט.

דעמאלטס איז ארויסגעקומען בריווען פון אלע רבנים אין שפיץ פון די סאטמארער רבי די ברך משה זצ"ל אז זיי אסר'ן צו קויפן די בלאט, און אז דאס איז א העץ בלעטעל קעגן די ברך משה.

מיטן גרינדונג פון "דער בלאט" האט זיך שטארק געטוישט די וועלט פון יידישע צייטונגען.

זיי האבן געלייגט א דגוש צו באשרייבן און דעקן אלע שיכטן און קרייזן. זיי האבן אנגעהויבן צו באשרייבן קליינע חסידות'ן און פריוואטע עסקנים אפילו זיי האבן נישט מיט סאטמאר, און דער איד האט נאכגעטאן דאס זעלביגע. אויך האבן זיי אנגעהויבן צו לייגן בילדער און דער איד האט נאכגעטאן אלס קאנקורענץ.

אייגענטום

דער אייגענטימער פון דער בלאט איז א יונגערמאן אלימלך דייטש, אן איידעם ביים בארימטן זאמלער ר' דוד לייב גרינפעלד און פון די נאנטע מענטשן צום סאטמארער קרית יואל רבי'ן ר' אהרן טייטלבוים שליט"א. דער רעדאקטאר איז געוועהן שמואל ווידער.

דער בלאט'ס אידעאלאגיע איז ווי מער אינטערעסאנטער אןן ציענד, פארשטייט זיך אז זיי קענען נישט מוותר זיין אויף קנאות, און אז נישט, כאטש צולייגן אביסל טועמיה מיט פעפער, למשל, מציצה בפה האט זיך אסאך מאל געטראפן איהר פלאץ אויף די פאדערשטע זייטן צולייגט אז ס'האט זיך געדאכט ווי א ערוואקסענער מאגאזין, די געמישטע שווים-באסיין באשריבן בכלומרשט אלץ "עטרת אברהם" און נאך. דראמאטישע פארזעצונגען, טשיקאווע געשיכטעס און ווי מער אויפרייסעריש.

און מיט דעם איז עס אנדערש ווי אלע היינטיגע צייטונגען וואס די נייעס איז נאר א מיטל איינצוהאנדלען שטיצע פאר זייער באס אדער אידעאלאגיע ווען ס'איז נויטיג.

לעצטנס האבן זיי נאכקאפירט דעם "איד" און אויך אנגעהויבן צוטיילן די צייטונג אויף מערערע אפטיילונגען. צוערשט האבן זיי אפגעטיילט די בילדער, דערנאך האט מען געמאכט אן אפטיילונג פון אינטרעסאנטע ארטיקלען מיטן נאמען "דער אוצר". און שפעטער האבן זיי אויך אפגעטיילט אלע ציבורישע נייעסן - פון פארשידענע קהילות און מוסדות - פונעם הויפט בלאט, אונטערן נאמען "ציבור".

אין די זומער וואכן ווען דער עולם איז אין די קעטסקילס, פארמאגן זיי א באזונדערע ביילאגע גערופן "זומער אפטיילונג".

אידישע צייטונגען

אונזער טריבונע | אידישע טריבונע | בקהילה | די חרדישע וועלט | די צייטונג | דער איד | דער אלגעמיינער זשורנאל | דער בלאט | הארץ | המודיע | המבשר | זשערוסאלעם פאסט | זשאואיש וויק | זשואיש פרעס | ישראלי | ישראל היום | יתד נאמן | ידיעות אחרונות | לעבנס פראגן | מעריב | מקור ראשון | פארווערטס | פייוו טאונס זשואיש טיימס | שלום

אידיש-שפּראַכיגע צייטונגען
פאַרגאַנגענע צייטונגען דער יודישע וועקער דער פריינד דער פאקל דער קאנטשיק דאס יודישע ווארט יידישע שטימע היינט אונזער טריבונע דאס יודישע טאגבלאט טאג שריפט
1905-1907 1903-1908 1929-1931 1931-1933 1931-1933
היינטיקע צייטונגען פאָרווערטס לעבנס פראַגן דער אלגעמיינער זשורנאל
זייט 1897 זייט 1951
חרדישע צייטונגען דער איד דער בלאט די צייטונג די חרדישע וועלט אידישע טריבונע
זייט 2000 זייט 1962

יידיש שפראך צייטונגען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!