רוי:רבי דוד צבי שנייבאלג

ווערסיע פון 12:27, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
רבי דוד צבי שנייבאלג

הרב דוד צבי שנייבאַלג (כ"ג אדר ה'תרנ"ג- ה'תשכ"ח) איז געווען אב"ד פון דער מחזיקי הדת קהילה אין סאלפארד (לעבן מאנטשעסטער), ענגלאנד נאכן צווייטן וועלט קריג.

דוד צבי איז געבוירן אין קאלאמיי צו זיין פאטער הרב חיים שנייבאלג. ער האט געלערנט אין קאסאוו. נאך דער ערשטער וועלט מלחמה איז ער געווארן א מורה הוראה אין גרויסווארדיין. דערנאך איז ער געווארן א דיין און ראש ישיבה אין וויזשניץ.

אין דער צווייטער וועלט מלחמה איז ער געווען אין דעם טראנסניסטריער לאגער. ער איז איבערגליבן נאך דער מלחמה און ער האט געוואוינט אין טשערנאוויץ, גרויסווארדיין און בוקארעשט. שפעטער איז ער אויפגענומען אלס אב"ד פון דער מחזיקי הדת קהילה אין מאנטשעסטער, ענגלאנד, נאך הרב דוד פעלדמאן.

סוף ימיו האט ער זיך געצויגן קיין בני ברק. ער איז נפטר געווארן אין תשכ"ח און ער ליגט אין דעם זכרון מאיר בית עולם.

זיינע תורות זענען ערשינען אינעם ספר "לדוד צמח".

משפחה

די קינדער פון הרב דוד צבי און זיין ווייב מרת שרה באבטשא זענען:

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!