גבעת שאול
KiryatMoshe GivatShaul.jpg
מדינה / טעריטאָריע Flag of Israel.svg מדינת ישראל

 ‑ אין שטעטל

{{{2}}}‏

גבעת שאול איז א געגנט אין מערב ירושלים. פון לינקס איז דער שאסיי מס' 1 און "גינת סחרוב", פון מערב דער ירושלים וואלד און דער הר נוף געגנט, רעכטס און מזרח איז געגנטן בית הכרם און קרית משה. די געגנט איז שטארק באקאנט צוליב הר המנוחות (בית הקברות) וואס איז מערב זייט פון געגנט, אין פארשטייט זיך אויך וועגן ס'ליגט ביים אריינקום אין דער שטאט פון כביש 1.

געגרינדעט 1919 ס'הייסט נאכ'ן ראשון לציון (דער ספרדישער הויפט-רב) הרב יעקב שאול אלישר. בעל "ישא ברכה" אויפשטעלענדיג די געגנט האט עס געדארפט צושטעלן ערד פראדוקטען דורך ערד ארבעט פאר דער שטאט נאר מיט די פארברייטערונג פון די אינדוסטרי'ס איז די שטאט איבערגענימען געווארען דורך אפיסעס וועירהאוזעס און אזוי ווייטער.

ביז דער אומאפהענגיקייט מלחמה איז די מערב זייט פון געגנט געווען אן אראביש דארף "דיר יאסין", אין די מינע'ס מערב פון שטאט. ביי דער אומאפהענגיקייט מלחמה האט דאס דארף געדינט ווי א באזע צו בארעגענען ירושלים מיט באמבעס, האבן דעמאלטס די אצ"ל כוחות איינגענומען דאס דארף. א חלק פון די הייזער זענען געווארן דער צענטער פאר גייסטליכע קרענק היילונג "כפר שאול". די איבעריגע חלק איז פארמישט אין מחלוקת.

די הויפט גאס הייסט "כנפי נשרים" די סיבה פאר דעם נאמען קומט צוליב די קוואליפיקאציע צו הייבן א פליגער פון דארט וואס איז געניצט געווארן ביי דער מלחמה פאר מיליטערישע פליגערס, וועלנדיג דארטן בויען א לופטפעלד וואס האט זיך צום ענד נישט אויסגעקומען.

אין די לעצטע יארן איז אנטוויקעלט געווארן די געגנט אלץ א אינדוסטריעלע געגנט מיט רעגירונגס ביוראען פאר שטייערען, טעלעוויזיע נעטווארק פאר "קאנאל 2-10" מבקר המדינה אפיס, פאמיליע קארט און נאך. אין געגנט איז אויך דא די די באקאנטע בעקערייען—אַנדזשל און בערמאן.

ס'ציילט זיך אן ערך פון 14,000 איינוואיונער, רוב פרומע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!