תשובה ותפילה ביום הכיפורים בקהילות יהודי אשכנז (ציכונג)

אַשכנֵזים אָדער אַשכנַזים זענען יידן וואָס שטאַמען פון צענטראַל־ און מזרח־אייראָפּע. די אשכנזישע קולטורעלע מסורות האָבן זיך פאָרמירט אין מיטל־עלטעריש דייטשלאַנד (אשכנז) און אויך אין פראַנקרייך (צרפת). זינט 19טן יאָר־הונדערט ביז היינט צו טאָג זיינען די אשכנזים די גרעסטע עטנישע גרופּע יידן.

דער נאָמען "אשכנז"

מיט דעם וואָרט "אשכנז" האָט מען אין מיטל־עלטערער ליטעראַטור באַצייכענט אַלע דייטש־ריידנדיקע לענדער, און אַזוי האָבן די יידן, וואָס האָבן אין די דאָזיקע שטחים געוואוינט, באַקומען זייער נאָמען. די דייטשע אשכנזים (אשכנז א') האָבן דעם נאָמען איבערגעטראָגן אויף מזרח, צוזאַמען מיט זיין קולטור.[1][2]

לכתחילה איז "אשכנז" געווען אַ נאָמען פון אַ תנ"כישער פּערזענלעכקייט און אַ פאָלק. אין ספר בראשית איז אשכנז איינער פון די זין פון גומר, דעם יפתס זון.

שפּראַכן

ס'רוב אשכנזים פלעגן ריידן יידיש פאַר דער צווייטער וועלט מלחמה. היינט ריידן זיי בדרך כלל אַנדערע שפּראַכן (ענגליש, רוסיש וכדומה) אין די לענדער פון גלות און מאָדערנעם העברעאיש אין מדינת ישראל, הגם יידיש איז נאָך די שפּראַך פון פרומע קרייזן און אויך פון עלטערן דור. אין מערב־אייראָפּע האָבן די אשכנזים אויפגעהערט צו נוצן יידיש אַפילו פריער, אונטער דער השפּעה פון דער השכלה.[1]

פאַרן יידיש פלעגן די (פּרע־)אשכנזים באַנוצן לעזישע שפּראַכן אין מערב־אייראָפּע, בעת די יידן אין סלאַווישע לענדער (כנענים), וואָס זיינען שפּעטער אַסימילירט געוואָרן דורך אשכנזים, האָבן גערעדט אַפּנים סלאַווישע שפּראַכן.[1][3][4] לויט די טעאָריעס פון הירשע דוד קאַץ האָבן אַ טייל אשכנזים אין מיטל־עלטער גערעדט אַן אַנדער דייטשיש־באַזירטע שפּראַך (די אַזוי גערופענע "בני־הית", אַריינגערעכנט יידישע ישובים אין לותיר [5]) און יידיש גופא איז אָנהייבס גערעדט געוואָרן אין דרום־מזרחדיק דייטשלאַנד, וואו די יידן האָבן פריער באַנוצט אַראַמיש אַלץ זייער טאָגטעגלעכע שפּראַך.[6][7] (חוץ דעם, עטלעכע אַנדערע מחברים האַלטן, אַז יידיש איז יאָ געבאָרן געוואָרן אויף דוניי ברעגן.[8][9])

אורשפּרונג

צוליב דער לאַנגער געשיכטע פון אשכנזישע יידן אין אייראָפּע און ‫מטושטש‬ע עטנישע באַציאונגען צווישן פאַרשיידענע יידישע עדות איז דאָס אַפּריאָרי אינגאַנצן ניט משמעות, אַז זייערע גענעטישע וואָרצלען זאָלן זיין טאַקע אין מיטלן מזרח. די דאָזיקע סיבה איז געוואָרן אַ תירוץ פאַר כלערלייע ספּעקולאַציעס (צומאָל מיטן אַנטיסעמיטישן אָדער אַנטיציוניסטישן בכן) וועגן דעם ענין, אָבער אויך פאַר ערנסטע היסטאָריאָגראַפישע און גענעטישע אויספאָרשונגען.

פאַרשיידענע טעאָריעס פונעם אָפּשטאַם פון (מזרח־אייראָפּעאישע) אשכנזים זיינען ענג פאַרבונדן מיטן פאַקט, אַז די אשכנזים פון דייטשישע לענדער, וואָס האָבן מיסד געווען דעם "אשכנז ב'" (די יידישע קהילה אין מזרח־אייראָפּע) האָבן דאָרטן באַגעגנט אַ יידישע באַפעלקערונג, אַפּנים אַזוי גערופענע כנענים. מען האָט גאַנץ ווייניק ידיעות וועגן כנענים בכלל און זייער צאָל בפרט, אָבער דווקא דאָזיקע פּרע־אשכנזישע באַפעלקערונג, לויט די עטלעכע השערות, איז פאַראַנטוואָרטלעך פאַר דער היפּשער פאַרגרעסערונג פון אשכנז ב', וואָס מען ווייס שוין פון 16טן י"ה אָן, ווייל די דייטשישע קהילה איז געווען אַ קליינע אין צאָל. די דייטשישע אשכנזים אַליין, טראַכט מען, קומען פון צרפת און איטאַליע, ד"ה פון דער ראָמאַנישער ספערע און תחילת פון ארץ ישראל. אָבער דער יחוס פון כנענישע יידן, וואָס זיינען קולטורעל אַסימילירט געוואָרן דורך דייטשישע אשכנזים, איז דאָ די הויפּט פראַגע. די עיקרדיקע עטנישע מקורות, וואָס מען איז זיי משער פאַר דער אורשפּרונג פון פּרע־אשכנזישע יידן אין מזרח־אייראָפּע, זיינען:

די היסטאָרישע מקורות צייגן אַ בפירושדיקע קרובהשאַפט אין קולטור און יחוס צווישן (מזרח־)כנענים און ביזאַנטישע יידן[11][12]. פון אַנדערע קוועלן איז אָבער אויך קלאָר, אַז אַ טייל פון מזרח־אייראָפּעאישער יידישער באַפעלקערונג האָט באַשטייט פון גרים. ווי באַקאַנט, די כוזרים, עטניש פון טירקישן אָפּשטאַם, האָבן טיילווייז מגייר געווען אין דער פּרע־אשכנזישער תקופה און האָבן געהאַט אַן אייגענע מלוכה. די צאָל גרים צווישן זיי איז זייער אַ הייס דיסקוטירטע זאַך, אָבער לויט אַ ריי מקורות האָבן עטלעכע כאַזאַרן נאָך דער מפּלה פון כאַזאַריע זיך באַזעצט אין אַנדערע מזרח־אייראָפּעאישע לענדער, און דאָרטן מסתמא אַסימילירט מיט אָרטיקע יידן[13]. די דעמאָגראַפישע פּרטים זיינען אָבער ניט באַשיידלעך.

גענעטישע אויספאָרשונגען אין לעצטע יאָרן האָבן געבראַכט אַ סך ידיעות וועגן דעם ענין, הגם אַפילו גלייכע רעזולטאַטן אינטערפּרעטירט יעדער איינער אַנדערש[16][17][18][19]. בסך הכל האָט מען געקלערט, אַז אשכנזים ווייזן אין זייערע גענאָמען אַ געוויסע צאָל סימנים פון מיטל־מזרחדיקן אָפּשטאַם און ענלעכקייטן צו אַנדערע יידישע קהילות. פון דער גענעטישן פּערספּעקטיוו זעט מען יאָ די שרידים פון דער קליינצאָליקייט פון דער יסוד־פּאָפּולאַציע, וואָס איז דער ווידערקול פון דער חידושדיקן צומערונג פון אשכנזים פון 15טן י"ה אָן, און אַ שטאַרקע ענדאָגאַמיע (חתונות צווישן זיך). עס זיינען אָבער דאָ אויך סימנים פון צומישונגען פון די שכנותדיקע אייראָפּעאישע פּאָפּולאַציעס. למשל, אַ העלפט פון היינטיקע אשכנזישע מענער טראָגן Y־כראָמאָסאָמען פון מיטל־מזרחדיקן אָפּשטאַם, בשעת די אַנדערע העלפט שטאַמט טאַקע פון אייראָפּעער[20].

אַ גרויסע צאָל ירשעוודיקע קראַנקייטן, וואָס האָבן הויכע פרעקווענצן צווישן אשכנזים[21], צייגן אויך די גענעטישע אחדות פון דער קהילה.‬


רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 1.2 1.3 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Weinreich73
  2. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Katz98
  3. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Jacobs05
  4. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Wexler87
  5. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Weinreich58
  6. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Katz85
  7. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Katz91
  8. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען King92
  9. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Eggers98
  10. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Straten04
  11. 11.0 11.1 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Kulik11
  12. 12.0 12.1 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Kulik08
  13. 13.0 13.1 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Brook06
  14. 14.0 14.1 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Straten11
  15. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Wexler93
  16. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Atzmon10
  17. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Bray10
  18. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Behar08
  19. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Elhaik12
  20. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Hammer00
  21. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Kolodny09

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!