דער פראיעקט איז אקטיוו

דער פראיעקט איז געווידמעט צו געבן א היימישע צורה פאר אונזער וועבזייטל, דורך איבערשרייבן אלע סיסטעם-בלעטער און מעסעדזשעס צו אונזער ליבע, לעבעדיגע מאמע-לשון.

נעמט אין אכט: דא איז נישט דאס פלאץ אראפצושרייבן אלע ארטיקלען וועלכע זענען נישט געשריבן אויף אונזער היימישע שפראך; זיי ווערן באצייכנט דורך די אויף יידיש קאטעגאריע, און וועלן אי"ה ווערן גערייניגט דורכאויס אונזער רייניגונג פראיעקט. דא איז דאס פלאץ צו אנצייגן אויף סיסטעם-טעקסט, ווי הילף בלעטער, מוסטערן און קנעפלעך.

ביטע דא אראפשרייבן ווען איר באגעגנט עפעס וואס דארף ווערן איבערגעטייטשט אדער אפגעשריבן מיט א פליסיגערע שפראך. ווען איר פירט אויס עפעס פון די ליסטע, ביטע דאס באצייכענען און אונטערשרייבן - אבער נישט זאפארט אויסמעקן פון די ליסטע, צו געבן דעם געלעגנהייט פאר אנדערע חברים צו קומען נאך אייך און מגיה זיין.

אינהאלט בלעטער

דאס זענען בלעטער וואס יעדער קען רעדאגירן. אויב האט איר א געפיל דערצו, האלט אייך נישט צוריק!

געהעריגע בלעטער

מוסטערן

אויך דאס קען יעדער רעדאגירן, מען דארף נאר זיכער מאכן דערביי נישט צו בארירן דעם קאמפיוטער קאוד.


קנעפלעך און קעפלעך

דאס זענען טעקסט וואס ווערט באנוצט דורכ'ן סיסטעם אויף קנעפלעך, מעניוס, וכדומה. ביטע שרייבט אראפ גענוי אויף וועלכן בלאט איר זעט דעם אומריכטיגן טעקסט, אז די מיט די נויטיגע רעכטן זאלן עס גרינגער קענען טוישן. עס איז אויך ראטזאם דערביי פארצושלאגן אן ערזאץ, וואס איר האלט פאר ריכטיג, און אונטערשרייבן.

  • ווען דער סיסטעם איז אנגעשטעלט אויף אידיש, שטייט אויפ'ן קנעפל אויבן פון יעדן בלאט "ייִדיש", דאס דארף געטוישט ווערן צו אידיש, פארשטייט זיך. — צמא לדעתשמועס • ב' כסלו ה'תשפ"ג 23:59, 26 נאָוועמבער 2022 (IST)
דער פראבלעם איז באקאנט, אבער קיין גרינגע וועג דאס צו פאררעכטן איז נאכנישט געטראפן געווארן. ווען דאס זייטל וועט זיך אביסל מער שטעלן אויף די פיס, און די טעכניקער פון העברעאישן המכלול וועלן ווייניגער דארפן ארויסהעלפן, וועט מען אי"ה טוישן דעם וועבזייטל שפראך צו בלויז אידיש; דאן וועט דאס קנעפל פארשווינדן ווערן. — צמא לדעתשמועס • ב' כסלו ה'תשפ"ג 23:59, 26 נאָוועמבער 2022 (IST)