רוי:אלעקסיי נאוואלני

ווערסיע פון 22:41, 26 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)

 

אלעקסיי נאוואלני

אַלעקסיי אַנטאלעוויטש נאַוואַלני (געבוירן דעם 4טן יוני 1976) אין דער געגנט פון מאסקווע איז אן רוסישער אדוואקאט און א פאליטיקאנט. ער איז פון די גרויסע אפאזיציע פירער קעגן דעם פרעזידענט וולאדימיר פוטין. און ער פירט גרויסע פראטעסטן אקעגן אים.

נאוואלני פירט א בלאג אויפן אינטערנעט וואו ער דעקט אויף די קארופטירטע מעשים פון דער רוסישער רעגירונג בכלל און פון פוטין בפרט.

אויך פירט ער א פאליטישע פארטיי מיטן נאמען רוסלאנד פונעם צוקונפט. די פארטיי איז געלאפן אין מאסקווע פאר בירגערמייסטער און האט באקומען 27 פראצענט פון די שטימען.

אין אויגוסט 2020 איז ער פארגיפטיגט געווארן אויף א פליגער אינמיטן וועג פון טאמסק קיין מאסקווע דורך נאוואטשיק גאז. מען האט אים אראפ געלייגט אין בערלין זיך צו היילן.

אין יאנואר ווען ער איז צוריק געקומען קיין רוסלאנד איז ארעסטירט געווארן. וואו ער איז נאך ביז יעצט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!