רוי:פארטיזאנער
אַ פּאַרטיזאַן אָדער פּאַרטיזאַנער איז אַ קעמפער וואָס שטייט מחוץ די רייען פון אַ רעגולערער אַרמיי. דער עיקר באַציט מען זיך אַזוי צו יענע קעמפער וואָס האָבן אין אייראָפּע, בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, זיך געשלאָגן קעגן די אַרמייען פון נאַצישן דײַטשלאַנד.
פּאַרטיזאַנער־גרופּעס האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם קאַמף קעגן די דײַטשן אין אוקראַינע, בעלאַרוס, יוגאָסלאַוויע. אין אַנדערע ערטער איז זייער אויפטו געווען קלענער.
עס זענען געווען אַ סך ייִדן צווישן די פּאַרטיזאַנער, אַפילו צווישן די אָנפירערס, וואָס האָבן געהאַט גאַנצע איינהייטן אונטער זיך. ווידער זענען געווען פּארטיזאַנער־גרופּעס, וואָס זייערע אָנפירערס זענען געווען אַנטיסעמיטן און האָבן אַפילו אומגעברענגט ייִדן. אין אַ סך גרופעס זענען געווען אי ייִדישע, אי נישט־ייִדישע פּאַרטיזאַנער.
צווישן די ייִדישע פּאַרטיזאַנער וואָס האָבן זיך אויסגעצייכנט זענען געווען אַ צאָל ייִדישע שרײַבער ווי שמערקע קאַטשערגינסקי, אַבֿרהם סוצקעווער און חיים יעלין.