רוי:מודיעין
|
מודיעין (אפיציעל מודיעין-מכבים-רעות) איז א שטאט אין דעם צענטראלן דיסטריקט אין ישראל, צווישן ירושלים און תל אביב. אלס שטאט איז זי אויפגעשטעלט געווארן אין 2003, דורך א פאראייניקונג פון עטליכע לאקאלע מוניציפאליטעטן.
לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, וווינען אין מודיעין 74,300 מענטשן (יוני 2010), און די באַפעלקערונג וואקסט מיט אַ יערלעכער ראטע פון 4.4%. די איינוווינער פארדינען מער ווי דורכשניטליכע ישראל בירגער.
די שטאט געפונט זיך פונקט צווישן ירושלים און תל אביב, אין דעם אלטן געגנט פון מודיעין, וואו מתתיהו מיט זיינע פינף זין האבן אנגעפירט זייער רעוואלט קעגן די גריכן, דאס איז די סיבה פארן נאמען פון דער שטאט, אויך מכבים איז פאר דעם נאמען.
דער געגנט מכבים איז געגרינדעט געווארן 1985, רעות אין יאר 1987, און מודיעין 1996. מודיעין איז אויפגעשטעלט געווארן מיט א פלאן, אלס אויסגערעכנט.
טראנספארט
שאסיי נומער 443, פון ירושלים קיין לוד, פארט אריבער דער שטאט, אויך שאסיי נומער 3 קיין דרום. 446 פארבינדט די שטאט צו מודיעין עילית, און די נייע שאסיי 431 קיין ראשון לציון, פארבינדט צום צענטער.
ישראל באנען האט צוויי באן סטאנציעס אין מודיעין, מודיעין פארשטאט געעפנט סעפטעמבער 2007, און מודיעין צענטראל געעפנט אפריל 2008. די באן פארט אריבער בן גוריון פליפעלד און תל אביב קיין חיפה.
בירגערמייסטער
- חיים ביבֿאַס: פון 2טן דעצעמבער 2008, קראַנטער בירגערמייַסטער.
רבנות
הרב דוד לאו איז געווען הויפט־רב פון מודיעין ביז תשע"ג, ווען מ'האט אים געוויילט הויפט־רב פון ישראל.
צווילינג שטעט און פריינדשאפט אפמאכן
- באַניע לוקע, באסניע און הערצעגאווינע (צווילינג שטעט, יאָר 2010)
- האַגן, דייטשלאנד (צווילינג שטעט, זינט יאָר 1997)
- מאַנטעריי, פראַנקרייך (פרייַנדשאַפט אפמאך)[1]
- ראָטשעסטער, ניו יאָרק, פאראייניגטע שטאטן
רעפערענצן
וועבלינק