רוי:ביאלע

ווערסיע פון 07:50, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "pל" ב־"פל")
לובלין
Biała Podlaska
[[טעקע:{{#אייגנשאפט:p41}}|border|115px]] [[טעקע:{{#אייגנשאפט:p94}}|90px]]
[[טעקע:{{{2}}}|250px]]
געביידעס לעבן דעם רינעק
מדינה / טעריטאָריע Flag of Poland.svg פוילן
גרינדונג דאַטע 1481
קאָאָרדינאַטן 52°02′N 23°07′E / 52.033°N 23.117°E / 52.033; 23.117 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
וואיעוואדעשאפט לובלין
בירגערמייסטער דאניוש סטעפאניון
שטח 49.40 קוואדראט ק"מ
הייך 137-150 מעטער

 ‑ אין שטאָט

59,280‏  (שטייענדיג 2012)
צייט זאָנע UTC+1
www.bialapodlaska.pl
Biala-Podl-08030830.jpg

ליטוויש ביאלע (פּויליש: Biała Podlaska; אוקראיניש: Біла בילאַ; לאטייניש: Alba Ducalis אַלבאַ דוקאַליס) איז א שטאט אין דער לובלינער וואיעוואדעשאפט, מזרח פוילן מיט א באpעלקערונג pון 58,010 (2006). איר בירגערמײַסטער הייסט דאניוש סטעפאניון.

היסטאריע

דער ערשטער היסטאריעשר דאקומענט וואס דערמאנט ביאלע איז פון 1481. לכתחילה האט ביאלע געהערט צו דער איליטש משפחה. אינעם 16טן יארהונדערט איז די ראדזיוויל משפחה געווארן די נייע בעלי-בתים פון ביאלע. נאך צוויי הונדערט יאר וואיולזײַן האבן די שוועדן זיך ארײַנגעריסן אין פוילן. דערנאך האבן די קאזאקן אטאקירט ביאלע.

די יידישע קהילה פון ליטוויש ביאלע

אום ה'שפ"א (1621) האבן 30 יידישע משפחות באקומען רשות צו וואוינען אין ביאלע. אום 1841 זענען געווען אין ביאלע 2,200 יידן אין א באפעלקערונג פון 3,588; אום 1897, 6,549 pון 13,090; אום 1921, 6,874 pון 13,000; אום 1931, 6,923 (64.7%) פון 10,697. צווישן די צוויי וועלט מלחמות האבן דערשײַנט אין ביאלע פיר יידישע צייטונגען.

בערך pון תק"ץ האט ביאלע אנגעהויבן צו ווערן א גרויסער צענטער פון חסידים. הרב יצחק יעקב ראבינאוויטש, אן אייניקל פונעם ייד הקדוש און מחבר פון דברי בינה, האט אויpגעשטעלט זײַן הויף אין ביאלע; ביז צום היינטיגן טאג פירט זיך ווײַטער דאס ביאלער חסידות. אין א מעשה פון דעם סעקולערן שרײַבער יצחק לייבוש פרץ "צווישן צוויי בערג" שרײַבט ער וועגן א ביאלער רבי'ן.[1]

אויך אין ביאלע איז געווען א גרויסער קאצקער שטיבל, און אין יאר ה'תרט"ז האט מען אויפגענומען דעם קאצקער רבי'נס מחותן, הר"ר נחום זאב בארנשטיין, מחבר פון אגודת אזוב, אלס שטאטס-רב אין ביאלע. שפעטער זענען רוב פון די קאצקער חסידים אין ביאלע געווארן חסידים פונעם חידושי הרי"ם פון גער. איינער פון די חשובע גערער חסידים אין ביאלע איז געווען ר' נח טשארני (שחור), דער שווער פונעם אמרי אמת.

בערך אין יאר תר"ל האט רבי בעריש לאנדא אויפגעשטעלט זיין הויף אין ביאלע, וואו ער האט געפירט א גרויסן טייל פון די ווארקער חסידים.

יידן אין ביאלע האבן pאַרמאגט א טשוועקעס pאַבריק, א גאַרבערײַ, א שיך pאַבריק, טארטאקעס, ציגל אויוונס, מעל מילן, א זייף pאַבריק, א ברײַערײַ און נאך pאַבריקן. מאידך גיסא האבן אסאך יידן געלעבט בדלי דלות. אזוי ווי אלע פארצײַטיגע שטעטלעך זענען די יידן פון ביאלע געווען אלע שומרי מצוות כאטש טײַל זענען באאײַנפלוסט פון השכלה און ציוניזם.

אום 13טן סעפטעמבער 1939 האבן די דײַטשן אײַנגענומען ביאלע, אבער דעם 26סטן סעפטעמבער זענען זיי צוריקגעצויגן צו לאזו די סאוועטן ארײַן אין דער שטאט. אום 10 אקטאבער 1939, לויטן מאלאטאוו-ריבנטראפ פאקט זענען די סאוועטן ווידער ארויס אין די דייטשן האבן אקופירט א צווייט מאל. ווען די סאוועטן האבן פארלאזט ביאלע האבן אסאך יידן אויך פארלאזט די שטאט צו וואוינען אונטער סאוועטן הערשאפט אין מזרח פוילן.

1 דעצעמבער 1939 האבן די דײַטשן ארויסגעגבן א גזירה אז אלע יידן פון עלטער 6 מוזן טראגן אן ארעמבאנד מיט א געלן מגן דוד (שפעטער האט מען געהייסן גיין בלוי). די אלע יידן האט מען אריבערגעpירט צו א זאנע אויף גראבאנאוו-, יאנאוו-, פראסטא- און פזשעכאדניע-גאסן.

סוף 1939 זענען אנגעקומען אין אם איבערגעפאקטער ביאלע מער ווי 2000 יידן דעפארטירט פון סואוואלק און סעראצק. נישט קיין וואונדער אז אום 1940 האט אויסגעבראכן ביי די יידן פון ביאלע א טיפוס עפידעמיע וואס האט געהרגט אסאך יידן. אויך אין דער צײַט זענען אנגעקומען די ווינציגער פון 200 פליטים וואס זענען געבליבן לעבעדיג פון 800 יידישע פלעניקעס (געpאנגענע) אויף א טויט מארש, וואס מ'האט זיי אינטערנירט דארטן.


מקורות

רעpערענצן

{{#coordinates:}}: אי־אפשר שיהיה יותר מתג ראשי אחד בכל דף