רוי:בעטאן

ווערסיע פון 07:50, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "pט" ב־"פט")
אַרבעטערס pילן אָן א פּאָדלאָגע מיט בעטאָן

בעטאָן (פון פראנצויזיש: Béton) איז א וויכטיגער שטאף וואס מען נוצט אין קאנסטרוקציע. מאָדערנער בעטאָן ווערט געמאכט פון א מישונג פון צעמענט, זאמד, זשווירן און וואסער. נאך וואס די מישונג איז געמאכט ווערט עס געpירט צו דער קאנסטרוקציע ארט אין א בעטאן-מישער, און ווערט אפט איבערגעpירט אין א בעטאן-פאמפע.

בעטאָן ווערט באנוצט עפטער ווי יעדער אנדערער מענטשן-געמאכט שטאף אין דער וועלט. די עלעמנטן זענען געמישט צו מאכן א פאסטע, א ביסל אזא ווי מאכן טייג פאר ברויט. דער בעטאָן איז דערנאך אַװעקגעשיט אַריין אין א ראַם. נאך עטלעכע שעות, pאַרשטײַפט זיך דער בעטאָן. בעטאָן ווערט pאַרשטײַפט צוליב א כעמישע רעאקציע וואס הייסט הידראציע. דאס וואסער רעאגירט מיטן בעטאָן, וואס פארבינדט די אנדערע עלעמענטן און מאכט א שטארק שטיין-ענלעכן שטאף.

בעטאָן ווערט באנוצט צו מאכן טראָטואַרן, רערן, ארכיטעקטורישע סטרוקטורן, אויpבויען, שטראזן, בריקן, מולטי-שטאָק אָפּלאָגערטער, ווענט, באזעס פאר טויערן, פּלויטן און סטויפעס, און אפילו שיפלעך. זיין גרעסטער געווין איז אז עס פארבינדט ציגלען און שטיינער בעסער ווי אנדערע מעטאָדן באקאנט צו דער מענטשהייט.

וועבלינקען