רוי:באיאן (חסידות)
באיאן איז א חסידות געגרינדעט אין דער שטאט באיאן, אוקראינע, וואס שטאמט pון דעם הייליגן רוזשינער רבי'ן.
דער ערשטער באיאנער רבי איז געווען רבי יצחק pרידמאן (תר"י - תרע"ה) pון באיאן, בוקאווינע, דער „פחד יצחק" pון באיאן. זײַן פאטער איז געווען רבי אברהם יעקב pרידמאן pון סאדיגורא, א זון pון רבי ישראל pון רוזשין, וואס האט געגרינדעט דאס שושלת רוזשין.
נאך דער פטירה pונעם פחד יצחק האבן זײַנע pיר זין אנגעהויבן צו pירן רעביסטעוועס.
- דער עלצטער זון, הר"ר מנחם נחום, איז געווארן רבי אין טשערנאוויץ.
- דער צווייטער זון, הר"ר ישראל (תרל"ח - תשנ"א), איז געווארן רבי אין לייפציג, דייטשלאנד. אין תרצ"ט איז ער אריבער קיין תל אביב.
- דער דריטער זון, הר"ר אברהם יעקב (תרמ"ד - תש"ב), איז געווארן רבי אין לעמבערג. די נאציס האבן אים געהרגעט.
- דער יינגסטער זון, הרה"צ מרדכי שלמה pרידמאן, האט זיך געצויגן קיין אמעריקא וווּ ער האט ממשיך געווען די דינאסטיע. נאך זײַן פטירה אין תשל"א איז זײַן אייניקל (זײַן טאכטער'ס א זון) הרה"צ נחום דוב ברייער געווארן באיאנער רבי.
דער באיאנער הויף געpינט זיך הײַנט צוטאגס אין ירושלים ארץ ישראל מיט מוסדות איבער דער וועלט.
באיאנער ייחוס
|
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: באיאן (חסידות) |