רוי:אפאזיציע

ווערסיע פון 07:40, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")

אפאזיציע ביי א דעמאקראטישן פארלאמענט אדער אן אנדער געוויילטע אדמיניסטראציע, איז דער נאמען פון די פארטייען וואס זיינען נישט אין דער פירערשאפט. די פארטיי וואס ציילט די צווייטע מערסטע זיצן נאך דער פארטיי וועלכע פארמירט די רעגירונג הייסט די אפיציעלע אפאזיציע.

געוויינטלעך איז זייער שטרעבונג אומצוווארפן די רעגירונג פארטיי, אבער זיי קענען דאס נישט טאן וויבאלד רוב מאנדאטן זיינען אין דער קאאליציע, און כדי צו אומווארפן דאס רעגירונג ברויכט מען רוב פארלאמענט מיטגלידער.