רוי:רבי אברהם מתתיהו פרידמאן

ווערסיע פון 05:52, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[ע:" ב־"[[he:")
רבי אברהם מתתיהו פון שטעפאנעשט

רבי אברהם מתתיהו פרידמאן זצ"ל (כ"ה כסלו ה'תר"ז - כ"א תמוז ה'תרצ"ג), פון שטעפאנעשט.

אפשטאם

רבי אברהם מתתיהו איז געבוירן אין סאדיגורא כ"ה כסלו ה'תר"ז [1], צו זיין פאטער הרב מנחם נחום פרידמאן פון שטעפאנעשט, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. דער רוזשינער האט באפוילן מען זאל אים א נאמען געבען אברהם נאך זיין זיידן רבי אברהם המלאך און מתתיהו מענינא דיומא, וויבאלד ער איז געבוירן חנוכה.

רבנות

אין יאר ה'תרכ"ט נאך די פטירה פון זיין פאטער האט רבי אברהם מתתיהו איבערגענומען דעם פאטער'ס ארט אין שטעפאנעשט. זיין עבודה איז געווען מיט א געוואלדיגע באהעפטונג (דביקות) צום אייבערשטן, אינגאנצן אויסגעטוהן פון די וועלט. שטונדן לאנג האט געדוערט זיין דאווענען, נאכהער האט ער עטוואס בייביסן, אין אלעס אויסגעטיילט פאר שיריים.

הסתלקות

רבי אברהם מתתיהו איז נפטר געווארן פרייטיק-צונאכטס כ"א תמוז ה'תרצ"ג, איבער פופציג טויזענט מענטשען האבן אים באגלייט ביי זיין לויה. ה' חשוון ה'תשכ"ט האט מען אריבער געברענגט זיין קערפער קיין ארץ ישראל, אין חלקת נחלת יצחק, און זיין קערפער איז נאך געווען גאנץ !!!

פאמיליע

י"ח חשוון ה'תרכ"ב האט רבי אברהם מתתיהו געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב יצחק רייך, אן איידעם פון הרב אשר ישעיה רובין פון ראפשיץ. נאך עלף יאר האט ער איר גע'גט אן קינדער.

בזיווג שני האט ער געהייראט מרת שרה צפורה א טאכטער פון הרב יוסף מאנזאהן, אן איידעם פון דער ריזשינער, זי האט מיט געברענגט דריי קינדער פון איר ערשטער מאן.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (7)
  1. נר ישראל איז מסופק ה'תר"ז אדער ה'תר"ח