רוי:קאר סיט

ווערסיע פון 05:52, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[ע:" ב־"[[he:")
א קינד אין א זיכערהייט זיץ

א קאר סיט אדער קינדער־זיץ איז א טערמין וועלכע מען נוצט צו רופן א זיכערהייט אויטא זיץ פאר קינדער. די סארט זיצן זענען דעזיינט איינצובינדן קליינע קינדער צו וועלכע די שיצפאס איז צו הויך. אין מאדעריניזירטע לענדער איז דאס געזעץ פאר יעדע קינד (אין רוב לענדער ביז 6 יאר)און מען באקומט הארבע געלט שטראפן (טיקעט) אויב מען פארלעצט דאס.

פארוואס דארף א קינד א ספעציעלע זיץ?

ווען אן אויטא קראכט צוזאם מיט אן אנדער'ן אביעקט – א בוים, א וואנט, אן עלעקטריק זייל, אדער אן אנדערער אויטא – ווערט עס פלוצלינג אפגעשטעלט דורך די אימפאקט פונעם קראך. יעדע זאך וואס וועט זיך געפינען אינעם אויטא וועט פליען מיט א שטארקע קראפט, אריינגערעכנט אלע פאסאזשירן. אין פיזיקס ווערט דאס אנגערופן אינערטיע – די כוח וואס שטעלט אפ די זאך וועלכע איז אין בארירונג.

יעדעס מאל וואס איר פארט אין אן אויטא זענט איר און דער אויטא אויפ'ן זעלבן ספיד בארירונג. צום ביישפיל, אויב דער אויטא פארט אויף 50 מייל פער שטונדע דעמאלט פארט אויך אייער קערפער 50 מייל פער שטונדע. נאר וויבאלד ביידע פארן די זעלבע שנעל שפירט מען דאס נישט אין רעאליטעט. דאס איז אויך א שטארקע סיבה פארוואס א וועג שוואכט אפ א מענטשנ'ס קערפער. כאטש דער מענטש שפירט דאס נישט טוט אבער זיין קערפער זיך רירן זייער שנעל און ווערט אפגעשוואכט צוליב איר פיזיקאלן טויש.

די סעקונדע אן אויטא קראכט אריין אין אן אביעקט ארבעטן דעם אויטא און דעם מענטשנ'ס אינערציע אינגאנצן אפגעטיילט. דער קראפט פון דעם אביעקט וועט ברענגן דעם אויטא צו א פלוצלינגן אפשטעל אבער דער ספיד פונעם פאסאזשיר אינעווייניג וועט בלייבן דאס זעלבע ווי א סעקונדע בעפאר און ער וועט אריישמעטערן אינעם פאדערשטן טייל פון קאר מיט א שטארקע קראפט וועלכע וועט אים שעדיגן, געוואנדן לויט'ן ספיד וועלכע דער אויטא איז געפארן.

אויסער דער קלאפ וואס דער פאסאזשיר וועט כאפן און וועט עם מעגליך אויך פארוואונדן, וועלן טיילמאל אויך צוקלאפט ווערן די אינערליכע טיילן אינעם קערפער ווייל יעדע ארגאן באזונדער וועט פונעם אפשטעל אריינקלאפן אין אן אנדערן ארגאן און דער פאסאזשירן קען ערנסט געשעדיגט ווערן (ח"ו). אין רוב עקסידענט טויט פעלער אין וועלכע די פאסאזשירן זענען נישט געווען צוגעבינדן, זענען זיי געשטארבן פונעם אינערליכן קלאפ וועלכע האט איבערגעריסן א וויכטיגן ארגאן ווי די חוט השדרה (ר"ל). ווען דער פאסאזשיר איז צוגעבינדן פארמינערט ער די אויבנדערמאנטע מעגליכקייטן מיט איבער 50 פראצענט.

אין רוב עקסידענטן וועלן די איבערלעבער געשיקט ווערן אין שפיטאל פאר אונטערזיכונג ווייל אפילו אויב אלעס קוקט אויס נארמאל קען אמאל זיין אז צוויי אינערליכע ארגאנען האבן זיך צוזאמענגעקלאפט איינע מיט די אנדערע אדער מיט די ביינער און קען ברענגן אן אינערליכע בלוט פארגיסונג אדער אנדערע ערנסטע פראבלעמען. אפילו די וואס קומען ארויס אומגעשעדיגט פון אן עקסידנעט זענען געווענליך צומישט און האבן שטארקע קאפ-וויי. דאס איז ווייל אויך דער מוח איז געווען קאנצעטרירט אויף די שנעלע ספיד און ווען דער פלוצלינגער אפשטעל איז געקומען האט עס באקומען א פיזיקאלע אויפשאקלונג וועלכע קען אמאל זיין א געפאר.

וויאזוי אימער, זענען זיץ פאסיקעס געמאכט געווארן נאר פאר ערוואקסענע מענטשן ווייל די פאסיקעס זענען דעזיינט צו גיין אריבער די בויך פון די אקסלען אראפ אריבער דער אנדערער זייט וועלכע באוואכן די ריב ביינער און די בעקן (פעלוויס) פארשטייט זיך אז די זיץ פאסיקעס מוזן זיין ארומגעבינדן לויט די פריערדיגע אנווייזונגן. אויב רוקט מען דאס אוועק פון די אקסלן ווערן די שאנסן פאר איבערלעבעניש קלענער מיט דעם וואס די אקסלן און די ריב ביינער ווערן אויסגעשטעלט צו אן אימפאקט. א קינד איז קלענער אין סייז און עס איז פארשטענדליך אז די זיץ פאסיקעס וועלן נישט טאן די דזשאב. עס וועט פשוט נישט גוט אנהאלטן דאס קינד און דאס גאנצע איינבינדן וועט גארנישט ווערט זיין.

עס זענען פאראן דריי ערליי קינדער אויטא זיצן וועלכע מיר וועלן באטראכטן יעדע איינע. זיי זענען: 1) די מאדעלן וועלכע זענען אויסגעדרייעט פארקערט מיט'ן קינד'ס פנים צום אונטערשטן טייל פונעם אויטא. 2) די וואס זעען די פארנט פון דעם אויטא. און 3) א בוסטער זיץ.

פארקערט געשטעלטע זיכערהייט זיצן

די זיכערהייט זיצן וועלכע קומען צו לייגן מיט'ן פנים צום אונטערשטן טייל פונעם אויטא זענען געאייגנט פאר ניי געבוירן קינדער ביז 22 פונט וועלכע איז בערך ביז 12 מאנאטן.

דאס געזעץ ערלויבט צו לייגן אזא סארט זיכערהייט זיץ אינעם פאדערשטן פאסאזשיר זיץ אויב עס פעלט זיך אויס. אבער אין נארמאלע אומשטענדן איז אלץ זיכערער אינעם אונטערשטן זיץ ווייל די עירבעג איז גענוג שטארק צו ווארפן די גאנצע זיכערהייט זיץ וועלכע וועט שטארק אויפשאקלן דאס קינד דערין (איר ווייסט אוודאי אז א ניי געבוירן קינד קען שטארבן פון א שטארקע אויפשאקלונג לוליב זייער שוואכע מוח מוסקעלען).

דער פראבלעם מיט'ן עירבעג איז אויך א פראבלעם מיט ערוואקסענע ווייל כאטש עס קען ראטעוון לעבנ'ס קען עס אויך אמאל שעדיגן א פאסאזשיר מער ווי יענער וואלט געשעדיגט געווארן אן דעם. דערפאר איז פאראן א ווארענונג פון די נאציאנאלע הייעוועי טראפיק סעפטי אדמיניסטראציע אז קינדער אונטער 12 יאר אלט זאלן שטענדיג זיצן אינעם אונטערשטן זיץ.

שטודיעס האבן געוויזן אז די סארט זיכערהייט זיצן זענען דאס מערסטע פארזיכערט פאר קינדער און עס איז כדאי צו נוצן ביז ווילאנג דאס קינד גייט נאך אריין דערין באקוועמערהייט. איינאמל דאס קינד וואקסט אויס א זיכערהייט זיץ איז די גאנצע זיכערהייט זיץ מער נישט ווערט ווייל עס פארזיכערט מער נישט דעם קערפער לויט די אויסגערעכנטע איינבינדונגן.

עס זענען פאראן אסאך ערליי זיכערהייט זיצן פון פארשידענע פירמעס און יעדע האט אן אנדער וועג פון צובינדן. דער כלל איז אז ווי מער פאסיקס עס פארמאגט אלץ מער פארזיכערט איז עס פאר גאנץ קליינע קינדער וועלכע קענען זיך נאך נישט אליינס קאנטראלירן.


גלייך געשטעלטע זיכערהייט זיצן

איינמאל דאס קינד וואקסט אויס די פארקערט געשטעלטע זיכערהייט זיץ איז צייט צו גיין דעם צווייטן טריט וועלכע איז די גלייך געשטעלטע זיכערהייט זיץ.

די גלייך געשטעלטע זיכערהייט זיצן זענען ספעציעל געמאכט מיט א העכערע זיץ ווי דער אויטא זיץ ווייל דאס קינד דערין פארטייט שוין אן עסק און וועט הנאה האבן צו זען פון די פענסטער. אויך דא זענען פאראן אלע ערליי מאדעלן און מען דארף אליינס באשליסן וועלכע איז דאס בעסטע פאר'ן קינד.

א וויכטיגע זאך וועלכע טייל מענטשן לייגן נישט אין אכט איז די אנקער אייזן וועלכע ליגט אונטער יעדע גלייך געשטעלטע זיכערהייט זיץ און דארף אריינגהוקט ווערן אין די ספעציעלע אנקער אייזענס וועלכע קומען היינט מיט יעדן אויטא. אויב די זיכערהייט זיץ איז גוט איינגעבינדן און דאס זעלבע מיט'ן קינד דערינען, האט דאס קינד די בעסטע שאנס פון אלע פאסאזשירן. מען הערט אסאך פון עקסידענטן אין וועלכע אלע פאסאזשירן זענען אומגעקומען אדער געשעדיגט געווארן אויסער דאס קינד אינעם זיכערהייט זיץ.

עס איז פאראן זיכערהייט זיצן וועלכע זענען געמאכט פון געבורטס אן ביז 3 יאר. די סארט זיכערהייט זיצן ווערן אנגערופן קאנוואורטיבעל ווייל עס קען איינגעבינדן ווערן ביידע וועגן. אויב מען קויפט די סארט זיכערהייט זיץ מוז מען נאכגיין די אינסטרוקציעס זייער פונקטליך זיכער צו מאכן אז מען נוצט עס אויפ'ן ריכטיגן וועג.


בוסטער זיצן

א גוטער סימן צו וויסן ווען עס איז צייט צו טוישן צו א בוסטער סיט איז ווען דאס קאפ פון דאס קינד איז העכער ווי דער אנלענער פון די זיכערהייט זיץ. דאס איז געווענליך צווישן 4 און 6 יאר.

ווי אויבנדערמאנט זענען די זיץ פאסיקעס ספעציעל דעזיינט צו געבן מאקסומאלע וואכונג אויף די וויכטיגסטע טיילן פון קערפער וועלכע זענען אויסגעשטעלט געשעדיגט צו ווערן אין פאל פון אן עקסידענט. א בוסטער זיץ פארמאגט נישט קיין אייגענע פאסיקעס און מען ברויך נוצן דעם אויטא'ס זיץ פאסיקעס. וויבאלד דער בוסטער זיץ הייבט אונטער דאס קינד גרייכן די פאסיקעס אויף די ריכטיגע קערפער טיילן גענוי ווי ביי אן ערוואקסענער מענטש.

עס זענען פאראן בוסטער זיצן וועלכע האבן אויך אנלענער און פאראן וועלכע האבן נאר א זיץ. עס איז נישט קיין נפקא מינא וועלכע מען נוצט (די בוסטער זיצן מיט די אנלענער זענען געווענליך באקוועמער פאר'ן קינד) אבער מען דאף זיכער מאכן אז ווען דאס קינד איז איינגעבינדן גייט די זיץ פאסיק אנגעהויבן פון די אקסלן און נישט פון די האלז און דאס זעלבע דארף מען זיכער מאכן אז עס ענדיגט זיך ביי די בעקן און נישט אויפ'ן בויך.

רוב מענטשן הייבן אן מיט בוסטער זיצן וועלכע קומען אויך מיט אן אנלענער און טוישן עס שפעטער ווען דאס קינד איז שוין עכט גרויס און וויל שוין נישט שפירן אז ער אדער זי איז איינגעשפארט. מען קען שוין היינט באקומען בוסטער זיצן וועלכע מען קען שפעטער אראפנעמען די אנלענער ווען די קינדער ווערן גרעסער.

איינמאל דאס קינד איז שוין גענוג גרויס אז ווען ער אדער זי זיצט אויפ'ן אויטא זיץ גייען די פאסיקעס אויף די ריכטיגע ערטער וואו אויבנדערמאנט, איז צייט אינגאנצן אוועקצונעמען די בוסטער זיץ. אן אנגענומענער סימן דערצו איז ווען דאס קינד'ס קניען בייגן זיך שוין איין ביים זיץ עק ווי דער ערוואקסענער מענטש.

דאס געזעץ זאגט נישט קיין ספעציפישע יאר גאנג ווען מען דארף שוין נישט קיין בוסטער סיט, נאר צייגט אן אז די ריכטיגע צייט דערצו איז ווען דאס קינד איז שוין 4 פיס מיט 9 אינטשעס הויך. רוב קינדער גרייכן די הויך ביי 8 יאר, אבער טייל קינדער וועלן דאס ערשט גרייכן ביי 10 אדער 11 יאר. אין אזא פאל איז מער זיכער צו נוצן א בוסטער זיץ.


דער סך הכל

1) נוצט די פארקערט געשטעלטע זיכערהייט זיץ פאר קינדער ביז 20 פונט. טייל פון די סארט מאדעלן גייען ביז 30 אדער 35 פונט פאר קינדער וואס וועגן מער ווי נארמאל.

2) מאכט זיכער אז די זיכערהייט זיץ פארמאגט א 5 פונקט פאסיק סיסטעם: צוויי פון אויבן וועלכע קומען אראפ פון ביידע זייטן, צוויי פון ביידע זייטן אינדערמיטן, און איינס פון אונטן ארויף וועלכע האלט צוזאמען אלע אינאיינעם. מיט אזא זיכערהייט זיץ ווייסט איר אז איר גיט די מאקסומאלע זיכערהייט פאר אייער קינד.

3) דאס בעסטע צו אנלענען א קליין קינד איז 45 דעגריס. מער אדער ווייניגער פון דעם איז נישט רעקאמענדירט לויט דאקטוירים.

4) אויב איר נוצט א זיכערהייט זיץ וועלכע קען אראפגענומען ווערן אלס אן אינפאנט סיט מאכט זיכער אז ווען מען שטעלט עס אריין אין אויטא איז עס גוט אריינגעקליקט. מאכט אויך זיכער אז די הענטל איז אראפגעלייגט צו פארמיידן א נאנטע אביעקט פארנט פונעם קינד'ס קערפער.

5) ווי מער ספאנדזש אלס באקוועמער און זיכערער איז עס פאר'ן קינד.

6) אויב איר נוצט א קאנווערטיבעל זיכערהייט זיץ מאכט זיכער אויסצופאלגן אלע אנווייזונגן. געדענקט עס איז פאר די זיכערהייט פון אייער קינד!

7) לייגט נישט אוועק די זיכערהייט זיץ אזוי לאנג עס פעלט זיך אויס פאר'ן קינד לויט די אויבנדערמאנטע אנווייזונגן, אפילו דאס קינד פארפירט אדער ווייל עס נעמט אויף צופיל פלאץ. יעדעס מאל איר זעצט זיך אריין אין קאר מיט די פאמיליע מאכט זיכער אז יעדער איז צוגעבינדן דורך שלעפן די זיץ פאסיקעס צו זען אויב עס איז גענוג שטייף.